מאי

פינפטער מאנאט אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן
►► מאי ◄◄


מאי איז דער פינפטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער דריטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג.

מאי איז א מאנאט פון פרילינג אין דער צפון האלבקיילעך, און פון הערבסט אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז גלייך צו נאוועמבער אין דער צפון האלבקיילעך. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער קומענדיגער יאנואר.

אין אסטראלאגיע, רוקט זיך דער זון אריבער אין דעם מאנאט פון מזל שור צו מזל תאומים[א].

היסטאריע

 
"מאי-בלומען" (Mayflowers), וועלכע זאגן אן דעם אנקום פון מאי ווען זיי בליען אויף אין צפון אמעריקע

די רוימער האבן גערופן דעם מאנאט Maius אויף לאטייניש, נאך א א גריכישע אפגאט מיטן נאמען מאיא. דער רוימישער פאעט אווידיוס דערמאנט אבער א צווייטע עטימאלאגישע ערקלערונג, לויט וועלכע עס באדייט עלטערע (maiores), אין קאנטראסט צו די נאכפאלגנדע יונגערע (iuniores) יוני[2].

מאי איז געווען דער דריטער מאנאט אין די עלטסטע רוימישע קאלענדאר, בעפאר יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער קעניג נומא פאפיליוס. עס האט אלעמאל געהאט 31 טעג.

אין די פאראייניגטע שטאטן און אין קאנאדא, הייבט זיך געווענליך אן די זומער וואקאציע שפעט אין מאי.

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  2. Fasti VI.88