רב הונא בריה דרב נחמן
רב הונא בריה דרב נחמן איז געווען אן אמורא אינעם פערטן דור פון בבלי'שער אמוראים. ער איז געווען א זון פון רב נחמן[1] און זיין פרוי ילתא, וואס אלע זייערע קינדער זענען געווען באוואוסט אלס תלמידי חכמים אין די צייט פון די אמוראים.
וואוין אָרט | סיכרא, בבל |
---|---|
השתייכות | פערטער דור פון בבלי'שער אמוראים |
בני דורו | רבא און רב הונא בר חיננא |
רב הונא האט געוואוינט אין סיכרא, וואס איז אין געגנט פון מחוזא. ער ווערט ווייניג מאל דערמאנט אין ש"ס[2].
ער איז געווען א חבר פון רב הונא בר חיננא, דער ראש ישיבה אין זיין שטאט, וואס צוזאמען האבן זיי זיך אויך געדינגען מיט רבא, דער ראש ישיבה פון מחוזא[3]. רב הונא איז דערנאך אראפגעפארן צו רבא אין מחוזא, און רבא האט מודה געווען צו אים[4].
איידעם פון רב פפא
אין גמרא ווערט פארציילט אז רב פפא האט גענומען רב הונא בריה דרב נחמן פאר אן איידעם, נאך וואס ער האט אים פארענטפערט א ספק וואס פריערע אמוראים האבן נישט געהאט דערויף קיין תשובה[5]. לויט טייל איז דער רעדע פונעם זון פון דעם זעלבן אמורא[6]. אבער די אנגענומענע מיינונג איז אז דאס שטימט נישט מיט די יארן וויבאלד רב פפא איז געווען אינעם פינפטן דור פון אמוראים, א תלמיד פון רבא וועלכער איז געווען א תלמיד פון רב נחמן. פארהאן וואס טוישן דעריבער די גירסא צו "הונא מר בריה דרב נחמיה"[7].
נאך א פארשלאג איז אז עס זענען געווען צוויי רב הונא בריה דרב נחמן[8], און רב פפא האט גענומען פאר אן איידעם דעם צווייטן וועלכער איז געווען א זון פון רב נחמן בר יצחק[9].
אויף געציילטע פלעצער ווערט דערמאנט "הון בריה דרב נחמן", וואו ער פרעגט שאלות פון זיין פאטער רב נחמן[10]. עס ווערט שפעקולירט אז הון איז א קיצור פאר "הונא" און באציט זיך צום זעלבן זון פון רב נחמן[11].
דרויסנדע לינקס
- רבי אהרן היימאן, "רב הונא בריה דרב נחמן", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע
- הרב יהודה אדרי, "רב הונא בריה דרב נחמן", בנתיב האמוראים, ירושלים תש"מ, עמ' 81, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
רעפערענצן
- ↑ חולין מט, ב
- ↑ בבא מציעא מז, א; חולין מט, ב; בכורות נד, ב; און אין ילקוט שמעוני, ויקרא, רמז תר"פ
- ↑ עבודה זרה נז, ב
- ↑ לויט די גירסא פון רש"י. תוספות, עבודה זרה נח, א, ד"ה איקלע לערנט אנדערש.
- ↑ הוריות יב, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי דוד אופנהיים, שם דוד, על התורה - ↑ שערי תורת בבל, עמוד 381; רבי אהרן היימאן, "רב הונא בריה דרב נחמן", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע; און אזוי ווערט געברענגט אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דקדוקי סופרים, בבא מציעא מז, א. אין כתב יד מינכן איז די גירסא "רב חנין בריה דרב נחמן". - ↑ שערי תורת בבל, עמוד 376
- ↑ מנחת יהודה אויף הוריות יב,ב
- ↑ יבמות לד, ב, און דארט יבמות קיב, א
- ↑ שערי תורת בבל, עמוד 376. ער מערקט דארט אן אז דאס איז געווען אפצוטיילן צווישן אים און דער אנדערער, שפעטערער, הונא בריה דרב נחמן.