לישב בסוכה
ברכת "לישב בסוכה" איז א ברכה וואס חכמים האבן מתקן געווען צו מאכן אויפ'ן מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין סוכה. כאָטש די מצוה פון סוכה ווערט געטון פון דעם מאָמענט ווען מען גייט אריין אין סוכה, איז למעשה נישט איינגעפירט צו מאכן די ברכה ביי יעדן אריינגאנג אין די סוכה, נאר בלויז ווען עס איז דא א ספּעציפישע באנוץ מיט דער סוכה ווי עסן אדער שלאפן.
ברכת לישב בסוכה
|
---|
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם אֲשֶר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה. |
מקור און גדר
תניא: העושה סוכה לעצמו, אומר: ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה;
בא לישב בה, אומר: ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו לישב בסוכהגעלויבט ביזטו ה' אונזער ג-ט, קעניג פון דער וועלט, וואס האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצוות און אונז באפוילן צו זיצן אין די סוכה.
לעשות סוכה
אין ירושלמי[1] שטייט אז ווען מ'בויט די סוכה פאר זיך זאגט מען "ברוך אשר קדשנו במצוותיו וציונו לעשות סוכה", און פאר א צווייטן "לעשות לו סוכה לשמו". אבער דער בבלי זאגט אז מען מאכט נישט די ברכה[2], און אזוי פסק'נט מען[3]שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"א, סעיף א'.
מחלוקת אמוראים
אין גמרא[4] איז פארהאן א מחלוקת אמוראים: לויט שמואל, וויבאלד דער מצוה איז א שטענדיגער אפגעזען פון נאכט אדער טאג, מאכט מען די ברכה בלויז דעם ערשטן טאג סוכות, ווייל "כולהו שבעה כחד יומא אריכא דמו", און לויט רבי יוחנן, מאכט מען יא די ברכה אלע זיבן טעג. שפעטער שטעלט עס די גמרא צו צו א מחלוקת תנאים איבער די ברכה אויף תפילין, און רבי יוחנן האלט ווי רבי אז "תפילין - יעדע מאל מ'לייגט עס, מאכט מען א ברכה" אפילו הונדערט מאל א טאג, אנדערש ווי די חכמים וואס האלטן אז בלויז איינמאל אינדערפרי. אין די מסקנא זאגט די גמרא אז "מיר פירן זיך אויך ווי רבי, און מען מאכט די ברכה [אויף סוכה] אלע זיבן".
מחלוקת הראשונים
איבער פונקטליך ווען און אויף וועלכע אקט מען מאכט די ברכה איז געשאפן געווארן אן אומקלארקייט, און די ראשונים האבן געהאט א מחלוקת דערין:
- לויט רוב ראשונים איז סוכה דער זעלבער ווי תפילין, און יעדע מאל וואס א מענטש גייט אריין אין סוכה, אויך אויב ער פלאנט נישט צו טון דערין גארנישט אויסער זיצן, מאכט ער 'לישב בסוכה'. אזוי שרייבן בעל הלכות גדולות, רב האי גאון, רי"ף, רמב"ם[5], רש"י[מקור פארלאנגט: אין סוכה מו, ב ד"ה כל זמן שרייבט רש"י: "מברכין עליה בכל יום, דהוא דומיא דחולץ ומניח"], יראים, רבינו שמחה, רוקח, ראבי"ה, ריטב"אריטב"א, סוכה מה, ב[א], אורחות חיים בשם רא"ה, מחזור ויטרי, פסקי הרי"ד, רי"ץ גיאת, מאירי, ספר הנייר, שיבולי הלקט און נאך.
- דער רא"ש שרייבט אז "רגילין העם אז מען מאכט נישט קיין ברכה אויב גייט מען אריין צו פארברענגען אדער שלאפן, נאר דוקא ביים עסן". און דער סיבה פארוואס מען דארף נישט מאכן אויף שלאפן, כאטש וואס דאס איז נאך הארבער ווי עסן אינעם זין אז שינת ארעי איז אויך מחויב בסוכה מה שאין כן אכילת ארעי, ברענגט ער פון רבינו תם[6] אז דאס איז וויבאלד "דער עיקר קבע וואס א מענטש מאכט אין די סוכה איז אכילה, אבער אנדערע טיול און שלאפן וואס מען טוט אין סוכה זענען טפלים לגבי אכילה, והיא פוטרתן". דער רא"ש אליין געבט אן די סיבה, אז אפשר וועט ער נישט קענען שלאפן און ס'וועט זיין א ברכה לבטלה. ווי דער שיטה האלטן אויך רב יהודאי גאון, בעל העיטור און נאך, און אזוי שרייבן אז מען פירט זיך למעשה דער מגיד משנה[5]; מרדכי[7]; ריא"ז[8].[ב]
פסק
כמעט אלע פוסקים האלטן אז מען פירט זיך למעשה ווי דער רבינו תם, און אזוי פסקנ'ט דער מחבר און דער רמ"א[9], צוליב ספק ברכות להקל[מקור פארלאנגט]. מערסטנס תימנ'ער אידן פירן זיך אבער ווי די שיטה פון רוב ראשונים[10], און אזוי האבן אויך גע'פסק'נט איינצלנע אשכנז'ישע פוסקים: דער ווילנער גאון[11] און חזון איש[12].
מנהג
איבער די שיעור פון עסן וואס פארלאנגט א ברכה, צעטיילן זיך די מנהגים:
מנהג אשכנז
צוויי הויפט שיטות זענען דא צווישן די אשכנזישע פוסקים: א) אז יעדע אכילה וואס מען איז מחויב צו עסן אין סוכה וויבאלד עס ווערט גערעכנט ווי אן אכילת קבע, דארף מען מאכן פארדעם די ברכה 'לישב בסוכה'[13]. ב) נאר דער וואס עסט א שיעור וואס האט עפעס א קביעות סעודה מאכט א ברכה, אבער פאר מער פון א כביצה, כאטש ס'איז חייב בסוכה מאכט מען נאכנישט קיין ברכה, וויבאלד עס האט נישט די בחינה פון קביעות סעודה. ביישפיל פאר פעלער וואס האבן עפעס א קביעות סעודה און מען מאכט א ברכה: דער וואס עסט פת הבאה בכיסנין מיט די קאווע אינדערפרי מער פון א כביצה[14]. אזוי אויך דאס וואס מען עסט נאך קידוש כדי ס'זאל זיין במקום סעודה[15]. דער שיטה ווערט געברענגט אין משנה ברורה[16], אבער למעשה שרייבט ער אז די מנהג איז צו מאכן אויף מער ווי א כביצה אויך אָן א צד פון קביעות סעודה. און כדי ארויסצוגיין פון ספק, רעקאמענדירט ער צו בלייבן נאך אביסל אין די סוכה, כדי אז די ברכה זאל נישט זיין בלויז אויף די אכילה.
וויילן אין סוכה אן עסן
אין מנהג אשכנז, לויט אסאך פוסקים[17] ביי א פאל וואס א מענטש ווייסט אז ער וועט נישט עסן אן אכילת קבע אין סוכה, זאל ער מאכן 'לישב בסוכה' אויפן עצם וויילן אין סוכה. ווידעראום לויט דער מאמר מרדכי מאכט מען נאר אויף אן אכילת קבע אין סוכה.
למעשה, פירן זיך אסאך צו מאכן א מין פשרה, אז ווען א מענטש האט נישט אינזין צו עסן אן אכילת קבע אין סוכה, מאכט ער אויפן עסן א קלייניגקייט וואס האט א געוויסע חשיבות, צום ביישפיל א געבעקס וואס מען מאכט דערויף א 'מזונות' (וואס ער עסט דערפון נישט מער ווי א כביצה, ווייל מער פון דעם איז שוין אן אכילת קבע) אדער טרינקען וויין[18].
מנהג ספרד
לויט דער בן איש חי[19] מאכט מען 'לישב בסוכה' נאר אויף א זאך וואס איז 'המוציא' און מ'איז מחויב דאס צו עסן אין סוכה, צ.ב.ש. ברויט גרעסער ווי א כביצה, אדער פת הבאה בכיסנין כשיעור קביעות סעודה וואס איז 'המוציא'.
לויט פילע, אויך איינער וואס עסט א מזונות געקעכץ ווי לאקשן בשיעור קביעות סעודה, כאטש די ברכה איז 'מזונות', מאכט א לישב בסוכה[20]. אזוי איז למעשה געווארן אנגענומען ביי די ספרדישע פוסקים, און איז געווארן דער מנהג יוצאי ספרד.
לויט'ן גינת ורדים מאכט מען א 'לישב' אויך אויף פת הבאה בכיסנין פון א שיעור גרעסער ווי א כביצה, אבער למעשה זענען נישטא קיין ספרדים וואס פירן זיך ווי אים.
אופן פון די ברכה
עס איז פארהאן א מחלוקת הראשונים אויף וועלכע סארט אופן מען מאכט די הברכה. לויטן רמב"ם וויבאלד די עיקר מצווה ווערט מקויים מיטן זיצן למעשה אין סוכה, דארף מען שטיין בשעתן זאגן די ברכה, פונקט ווי מען טוט ביי אלע ברכות המצוות, און גלייך דערנאך זיך אוועקזעצן. און ווי אים פירט מען זיך ביי די תימנער אידן. אבער קעגנזייטיג, לויטן ראב"ד און רא"ש ווערט די מצווה מקויים שטייענדיג פונקט ווי זיצנדיג, און דערפאר איז נישטא קיין סיבה צו מאכן די ברכה שטייענדיג וויבאלד דאס מקיים זיין די מצוה האט זיך שוין אנגעפאנגען גלייך מיטן אריינגיין אין סוכה. און וויבאלד מען פירט זיך צו מאכן פארן סעודה, במילא מאכט מען די ברכה זיצנדיג פארן עסן.
דיני קדימה
לויטן מהר"ם מרוטנבורג דארף מען מאכן 'לישב בסוכה' בעפאר די ברכה וואס מען זאגט אויפן עסנווארג, וויבאלד די חיוב ברכת הסוכה פאלט אויפן מענטש גלייך פון ווען ער איז אריין אין סוכה, און נישט נאר פון ווען ער איז צוגעגאנגען עסן. און אזוי איז די דעה פון רמב"ם. אקעגן זיי, לויטן רא"ש דארף מען פארדעם זאגן די ברכה אויפן עסנווארג, ווייל וויבאלד מען בינדט אן די ברכת הסוכה צום עסן, קומט אויס אז דאס עסן ברענגט צו צו די ברכה 'לישב בסוכה' זאל געזאגט ווערן, און דערפאר דארף מען מקדים זיין די ברכת המאכל.
למעשה איז די מנהג אשכנזים, און אזוי אויך מארקאנער אידן, טוניזיע און רוב ספרדים, צו מאכן אויף די עסנווארנג און דערנאך אויפן סוכה[21]. און פסק פון שולחן ערוך, און אזוי איז דער מנהג פון אביסל פון יוצאי עדות המזרח צו זאגן קודם די ברכת הסוכה און דערנאך די ברכת המאכל[22].
פארגעסן צו מאכן 'לישב בסוכה'
איינער וואס פארגעסט צו מאכן 'לישב בסוכה' פארן עסן, אזוי לאנג ווי ער האט נאכנישט גענדיגט עסן - קען ער נאך מאכן. אויב ער האט שוין גענדיגט עסן און ער איז נישט פאראינטרעסירט צו עסן נאך, איז דא וואס זאגן אז אויכט דעמאלט קען ער מאכן 'לישב בסוכה'[23], און עס זענען דא וואס זאגן אז ער זאל נישט מאכן[24].
היסח הדעת וואס באדארפט א נייע ברכה
אין אַלגעמיין, פאלט די ברכה 'לישב בסוכה' אויפן מענטש ווילאנג ער וויילט אין סוכה, אזוי אויך אויב ער איז ארויס פאר א קלייניגקייט ווי צו טון זיינע באדערפענישן אדער שמועסן מיט א פריינד, און דאס גלייכן, דארף ער נישט נאכאמאל זאגן די ברכה ווען ער קערט זיך צוריק צו די סוכה[25]. אבער אויב איז ער ארויס אויף א לענגערע וויילע (מער פון א שטונדע) אדער צו א וויכטיגע ציל ווי דאווענען או שול אדער צו זיינע געשעפטן, וועט ער ווערן מחויב מיט נאך א ברכה ווען ער וועט צוריק קומען צום סוכה[26].
אין בציאאונג צו א מענטש וואס האט געוויילט אין סוכה נאכאנאנד פון איין סעודה צו די צווייטע איז אויפגעוואכט א מחלוקת צווישן די אחרונים צו ער זאל זאגן נאכאמאל 'לישב בסוכה' פאר די צווייטע סעודה. לויטן ב"ח און ט"ז זאל ער זאגן נאכאמאל, ווייל מסתמא האט ער אינזינען געהאט צו פטר'ן מיט זיין ברכה זיין וויילן אין סוכה נאר ביז די קומענדע סעודה. און לויטן לבוש, של"ה, דער מגן אברהם שולחן ערוך הרב און דער משנה ברורה[25] זאל ער נישט מאכן, ווייל ער האט נישט מסיח-דעת געווען פון די סוכה. און אזוי פירט מען זיך להלכה לויטן כלל ספק ברכות להקל[27].
אריבערגאנג צו א צווייטע סוכה אינמיטן א מאלצייט
אויך אין פאל וואס א מענטש גייט אריבער פון זיין סוכה צו א סוכה פון א צווייטן אינמיטן סעודה איז דא א מחלוקת צו ער דארף מאכן 'לישב בסוכה' ווען ער זעצט פאר די סעודה ביי זיין פריינד. די דעה פון מגן אברהם און שולחן ערוך הרב איז אז אן אריבעראנג פון איין סוכה צו די צווייטע באדארפט א נייע ברכה אין די סוכה וואס צו איר איז ער אריבער, אויך אויב ער האט אזוי געפלאנט פון פאראויס. און לויטן ט"ז און דער לבושי שרד אויב ווען ער האט געמאכט 'לישב בסוכה' אין די ערשטע סוכה האט ער געטראכט צו אריבערגיין אינמיטן די סעודה צו א אנדערע סוכה, זאל ער נישט מאכן אין איר 'לישב בסוכה'. די דעה פון משנה ברורה איז אז וויבאלד עס איז א מחלוקת, זאל ער נישט מאכן אלס ספק.
זעט אויך
דרויסנדע לינקס
- דער ארטיקל "ברכת לישב בסוכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- ברכת לישב בסוכה, אויף עולמות
- ברכת לישב בסוכה, הרב אליעזר מלמד, אין וועבזייטל פניני הלכה
- ברכה אויפן זיצן אין סוכה, אין וועבזייטל פון ישיבת ברכת משה
נאטיצן
- ↑ ריטב"א ברענגט נאך צוויי שיטות: א) שכל עת שקובע עצמו לעשות בה אחד מדברים אלו, כמו אכילה, שינה, שינון וכיוצא בהן, הוי כהנחה דתפלין וחייב לברך אף על פי שלא יצא משם. ב) מברך בכל יום פעם אחת בשחרית, ומשמע שמברך ברכה זו בין יצא באמצע בין לא יצא. ועיין של"ה מס' סוכה נר מצוה ו.
- ↑ שיטת תוספות, סוכה מה, ב, ד"ה אחד: "…כל אימת דנכנס לה כדי שיאכל וישתה וישן ואפילו עשר פעמים ביום מברך אכל אחת ואחת…" משמע אז אויך אויף שלאף מאכט מען, און ס'איז נישט קלאר אויב אויך אויף אכילת ארעי. לויט דער מגדל עוז און ר"י עייאש אין לחם יהודה (אויף דער רמב"ם דארט), לדעת התוס' אויך איינער וואס גייט אריין צו לערנען מאכט א ברכה, און נאר איינער וואס גייט אריין סתם זיך צו זוימען דארט מאכט נישט. טורי זהב, אורח חיים, סימן תרל"ט, סק"כ האלט אז דעת התוס' איז ווי דעת הרי"ף און רמב"ם אז מען מאכט אויך אויף שהייה. און אזוי איז משמע פון בית יוסף.
רעפערענצן
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ט', הלכה ג' (דפוס וילנא: דף ס"ו, עמוד א')
- ↑ מנחות מב, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תרמ"א
- ↑ סוכה מה, ב
- ↑ 5.0 5.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ו', הלכה י"ב
- ↑ תוס' ר"י שירליאון ברכות יא, א
- ↑ מרדכי, סוכה, תשסה
- ↑ שלטי הגיבורים ג
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ח'
- ↑ שו"ת פעולת צדיק א, נט
- ↑ ביאור הגר"א; מעשה רב אות ריח
- ↑ ארחות רבינו ב, עמ' רכה
- ↑ אזוי איז די מסקנא פון משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ו (זעט שער הציון, פד)
- ↑ מאמר מרדכי תרלט, ג
- ↑ שערי תשובה ה
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן ט"ז
- ↑ טורי זהב, חיי אדם, משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח און חזון איש.
- ↑ ענליך שטייט אין ערוגת הבושם או"ח קצב, לגבי המבקר בסוכת חבירו. זעט אויך בסוכות תשבו י, 33, און הליכות שלמה ט, יב, הערה כו.
- ↑ בן איש חי האזינו ח
- ↑ שואל ונשאל חלק ג' סימן צ"ה און סימן קס"ה; חזון עובדיה עמ' קלו; יחוה דעת א, סה
- ↑ רמ"א אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ב' און סעיף ג'. עלי הדס יא, ג.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ג'. בן איש חי האזינו ה'. כף החיים. יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ז.
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח
- ↑ יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ח.
- ↑ 25.0 25.1 משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ז
- ↑ שולחן ערוך הרב אורח חיים סי' תרל"ט, סעיף י"ג.
- ↑ לויטן יעב"ץ און בכורי יעקב, אויב ער איז ארויס אויף א קליינע ווילע פון סוכה, טראץ וואס אין אלגעמיין מאכט ער נישט נאכן זיך צוריק קערן פון אזא ארויסגיין, ווען ער האלט אבער פארן אנפאנגען א נייע סעודת קבע , דארף ער מאכן. און לויטן דרך החיים און שולחן ערוך הרב אויך אין אזא אופן זאל ער נישט מאכן.
קאטעגאריע:סוכות קאטעגאריע:הלכה קאטעגאריע:ברכות המצוות קאטעגאריע:הלכות חג הסוכות