פרשת וזאת הברכה
פרשת וְזֹאת הַבְּרָכָה איז די עלפטע און לעצטע פרשה פון ספר דברים, און די לעצטע פרשה פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון ספר דברים, קאַפּיטל ל"ג, פסוק א', ביז סוף ספר, קאַפּיטל ל"ד, פסוק י"ב לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. נאך ווען מען ענדיקט ליינען די פרשה ביי קריאת התורה זאגן די אשכנזים "חזק חזק ונתחזק" אויפן ענדיגן ספר דברים.
| |||||
פסוקים | דברים לג, א - לד, יב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 41 | ||||
צאל ווערטער | 512 | ||||
אינהאלט | ברכת משה, פטירת משה | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים און איטאליענער | יהושע א, א–יח | ||||
ספרדים | יהושע א, א–ט | ||||
תימנים | יהושע א, א–ט, און יהושע ו, כז |
אין די פרשה בענטשט משה די אידן איידער זיין פטירה, ”וְזֹאת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר בֵּרַךְ מֹשֶׁה אִישׁ הָאֱלֹקִים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְנֵי מוֹתוֹ”, דאן ווערט געשילדערט זיין פטירה.
אנדערש ווי אלע פרשיות וואס ווערן געליינט שבת, ליינט מען וזאת הברכה שמחת תורה ווען מען צייכנט אפ דאס ענדיגן ליינען די גאנצע תורה דורכ'ן יאר, לויט'ן בבלישער מנהג צו ענדיגן יעדע יאר די גאנצע תורה. מען פירט זיך אז יעדער איז עולה צו די פרשה, און מען ליינט איבער די פרשה וויפיל מאל עס פעלט אויס אז יעדער זאל האבן א געלעגנהייט עולה צו זיין. דער וואס האט די לעצטע עליה אין די פרשה ווערט אנגערופן חתן תורה, און דאן רופט מען אויף דער חתן בראשית וואס באקומט די ערשטע עליה אין פרשת בראשית.
פרשה אינהאלט
ברכת משה
די ערשטע טייל פון פרשה (פרק ל"ג) שילדערט ווי משה בענטשט די אידן איידער'ן שטארבן. נאך אן אריינפיר ווי ער בענטשט כלל ישראל, בענטשט ער יעדע שבט באזונדער, אויסער שבט שמעון. די ברכות לויפן אין אלגעמיין לויט די כאראקטער פון די שבט אדער זייער נחלה אין ארץ ישראל.
משה'ס פטירה
די צווייטע טייל פון פרשה (פרק ל"ד) שילדערט ווי משה גייט ארויף אויף הר נבו און גאט צייגט אים גאנץ ארץ ישראל, דאן ווי ער שטארבט און ווערט באגראבן. כלל ישראל טרויערט אויף זיין פטירה און נעמען אן יהושע בן נון אלס מנהיג. די תורה ענדיגט זיך מיט'ן ארויסברענגען די גרויסקייט פון משה, און זיין מעלה מער פון אנדערע נביאים.
תנאים קריגן איבער ווער עס האט געשריבן די לעצטע פסוקים וואס באציען זיך צו משה'ס פטירה: לויט רבי יהודה[1] האט יהושע בן נון געשריבן די פסוקים נאך משה'ס פטירה. לויט רבי שמעון האט דאס משה געשריבן פארטרערט אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן נאך בעפאר עס האט פאסירט. לויט די ערשטע שיטה מעגן אויך קינדער פאר די בר מצווה באקומען אן עלייה לתורה ביי די פסוקים[2].
הפטורה
די גמרא זאגט[3] אז שמחת תורה ליינט מען וזאת הברכה, און מען ליינט די הפטרה אין ספר מלכים א', קאַפּיטל ח', פסוק כ"ב וואס רעדט איבער די חנוכת המקדש וואס האט זיך געענדיגט שמיני עצרת. אבער אין סדר רב עמרם גאון ברענגט ער אז טייל פירן זיך צו ליינען אנפאנג ספר יהושע, ווי עס ווערט געשילדערט די פאסירונגען נאך משה'ס פטירה[4]. אין פריערדיגע יארן זענען האבן געליינט ביידע[5], אבער היינט פירט מען זיך נאר צו ליינען אין יהושע. מען ליינט פון קאַפּיטל א', פסוק א', ביי די אשכנזים און איטאליענער ענדיגט מען ביי פסוק י"ח, די ספרדים און תימנים ביז פסוק ט', און די תימנים לייגן צו נאך א פסוק, קאַפּיטל ו', פסוק כ"ז.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו, בית חב"ד, אתר פרשת השבוע ] פעלן טעקסט:
- פרשת וזאת הברכה, אויף שיתופתא
- פרשת וזאת הברכה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת וזאת הברכה - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת וזאת הברכה, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וזאת הברכה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת וזאת הברכה אויף קול הלשון
- פרשת וזאת הברכה, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- חב"ד}}} פרשת וזאת הברכה, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת וזאת הברכה, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת השבוע}}}.html פרשת וזאת הברכה, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת וזאת הברכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת וזאת הברכה אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ אדער רבי נחמיה.
- ↑ מנחות ל, א; בבא בתרא טו, א.
- ↑ מגילה לא, א.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע סדר רב עמרם גאון - חלק א, דף נב ע"א. - ↑ דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, מחזור סוכות, ירושלים תשמ"א, עמ' כה בהקדמה. זע דארט אז די מנהג שטאמט מעגליך פון אסאך פריער ווי די רב עמרם גאון.
קאַטעגאָריע:פרשת וזאת הברכה קאַטעגאָריע:פרשיות ספר דברים קאַטעגאָריע:שמחת תורה
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער