פרשת וזאת הברכה
פָּרָשַׁת וְזֹאת הַבְּרָכָה איז די עלעווטע און די לעצטע פרשה פון ספר דברים, און די לעצטע פרשה פון די גאנצע תורה. עס הייבט זיך אן אין לג, א, און עס ענדיקט זיך אין לד, יב. נאך ווען מען ענדיקט ליינען די פרשה ביי קריאת התורה זאגן די אשכנזים "חזק חזק ונתחזק" אויפן ענדיגן ספר דברים.
| |||||
פסוקים | דברים לג, א - לד, יב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 41 | ||||
צאל ווערטער | 512 | ||||
אינהאלט | ברכת משה, פטירת משה | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים און איטאליענער | יהושע א, א–יח | ||||
ספרדים | יהושע א, א–ט | ||||
תימנים | יהושע א, א–ט, און יהושע ו, כז |
אנדערש ווי אלע פרשיות, וואס מען ליינט זיי שבת, ליינט מען וזאת הברכה ביי שמחת תורה וואס דענצמאלט פרייט מען זיך מיטן ענדיגן ליינען די גאנצע תורה, לויט דער בבלישער מנהג צו ענדיגן יעדע יאר די גאנצע תורה. דער וואס האט די לעצטע עליה אין די פרשה ווערט אנגערופן חתן תורה, און שפעטער רופט מען צו דער חתן בראשית, וואס ער באקומט די ערשטע עליה אין פרשת בראשית.
פרשה אינהאלט
ברכת משה
די ערשטע טייל פון פרשה (פרק ל"ג) שטעלט פאר ווי משה ווינטשט אן די אידן פארן שטארבן. נאך א כללישע ברכה ווינטשטער פאר יעדע שבט עקסטער, חוץ פון שבט שמעון. רוב ברכה איז א פארשטעל פון די סארט שבט און זייער נחלה.
פטירת משה
די צוויטע חלק פון פרשה (פרק ל"ד) שטעלט פאר ווי משה גייט ארויף אויף הר נבו און באקוקט גאנץ ארץ ישראל, דער נאך ווי ער שטארבט און ווערט באגראבן. כלל ישראל זענען זיך מתאבל אויף זיין פטירה און נעמען אן פאר יהושע בן נון אויף א מנהיג. די תורה ענדיקט זיך מיט פארשטעלן די גדולה פון משה, און זיין גרוסקייט מער פון אנדערע נביאים.
עס איז דא וואס זאגן[1] אז די לעצטע פסוקים האט נישט משה געשריבן נאר יהושע. אנדערע זאגן אז משה האט דאס געשריבן מיט טרערן פון דער אויבערשטערס מויל. לויט די ערשטע שיטה מעגן אויך קינדער ווינציגער פון גיל בר מצווה באקומען אן עלייה לתורה ביי די פסוקים.
הפטורה
די הפטורה, וואס עס איז די הפטורה פון שמחת תורה, איז די ערשטע פרק פון ספר יהושע, וואס שטעלט פאר וואס עס איז פארגעקומען נאך די פטירה פון משה.
רעפערענצן
קאַטעגאָריע:פרשת וזאת הברכה קאַטעגאָריע:פרשיות ספר דברים קאַטעגאָריע:שמחת תורה