יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב – איז א פיוט אויף יום כיפור וואס ווערט געזאגט ביי די אשכנזישע קהילות איו ראם פון די תפילות וואס ווערן געזאגט נאך שטילע שמונה עשרה פון מעריב. דער פיוט ווערט געזאגט באלד נאכן שמונה עשרה פון מעריב, און ער איז פאקטיש א אריינפיר צו די סעריע פיוטים און סליחות פון די טייל ביים דאווענען.

פיוט יעלה תחנוננו (כמנהג פולין)

יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא שַׁוְעָתֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה רִנּוּנֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה קוֹלֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא צִדְקָתֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה פִדְיוֹנֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה עִנּוּיֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא סְלִיחָתֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה נַאֲקָתֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה מְנוּסֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא לְמַעֲנוֹ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה כִפּוּרֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה יִשְׁעֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא טָהֳרֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה חִנּוּנֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה זִכְרוֹנֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא וִעוּדֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה הַדְרָתֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה דָפְקֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא גִילֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה בַּקָּשָׁתֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה אֶנְקָתֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא אֵלֶיךָ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב

דער פיוט איז געשריבן געווארן אין דער מיטל-אלטער אין אשכנז (דייטשלאנד) און זיין מחבר איז נישט באוואוסט. ער ווערט שוין דערמאנט אין ספר המרדכי אינעם 13'טע יארהונדערט. עס זענען פארהאן קליינע אינטערשיידן צווישן דער נוסח לויט מנהג אשכנז און צווישן מנהג פולין, און קליינע טוישונגען אין די פארשידענע האנט שריפטן.[1]

געבוי פון פיוט

אין יעדע פאל איז דא דריי טיילן:

יעלה (טוישט זיך) מערב
ויבוא (טוישט זיך) מבקר
ויראה (טוישט זיך) עד ערב

אין די ווערטער וואס טוישן זיך געפינען זיך ווערטער וואס געווענליך ברענגען זיי ארויס א געבעט אדער א תפילה, מיט א שילדערונג פון אפאר רעדענער (אונז). און די כוונה איז אז די תפילה-געבעט-געשריי פונעם גאנצן קהל זאל ארויפגיין פאר גאט פון ערב יום כיפור, דורכאויס דעם טאג, און ביז'ן ענדע פון טאג מארגן ביי אוונט.

די קלימאקס איז ביי די לעצטע שורה: "וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב". נישט אז דער געבעט זאל ווערן "געזען-יֵרָאֶה", נאר גאט אליין.

די סדר פון די ווערטער איז א אַקראָסטיק פון פארקערטע א"ב (תשר"ק). כדי צו פארענדיגן די פיוט אינגאנצן, באשטייט דער לעצטער פאל פון דריי ווערטער וואס פאנגען זיך אן מיטן אות א'. אזוי איז פארהאן אין פיוט 24 שורות אין 8 פעלער.

באיינפלוס אין קולטור

באזירט אויף די ווערטער פונעם פיוט האט אהוד מנור געשריבן איינע פון די פעלער ביי די ליד ללכת שבי אחרייך וואס איז באוואוסט א דאנק זיין דורכפירן דורך אילנית

עם ערב הד קולנו יעלה,

מבוקר יום אלינו הוא יבוא

ופדיוננו יראה עד בוא ערבו,

מתי סוכת שלומך עלינו תיגלה.

ללכת שבי אחרייך, אהוד מנור

געזאנג

צוזאמען מיטן פיוט כי הנה כחומר איז דער פיוט די "מוזיקאלישע" טייל פונעם דאווענען יום כיפור ביי אוונט ביי קהילות אשכנז. צום פיוט זענען באהפטן געווארן אסאך ניגונים, פון די אשכנזישע קלאסישע חזנות וועלט, דורך די רבישע הויפן, ביז מאדערנע ניגונים.

קישורים חיצוניים

ביצועים של הפיוט

רעפערענצן

  1. ראה דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' 10-11

קאטעגאריע:פיוטי יום הכיפורים קאטעגאריע:יצירות עם אקרוסטיכון קאטעגאריע:יצירות שמחברן אינו ידוע

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער