דרעפט:צייטונג

ווערסיע פון 21:25, 22 סעפטעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} א צייטונג איז א א פאפיר וואס ברענגט נייעס, ארטיקלען, אנאליזן. גדולי ישראל האבן גענוצט צייטונגען צו מעמיד זיין דת על תילה, ווי רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע וואס האט געגרינדעט דעם "מחזיקי הדת" צייטונג אין זיין קאמף קעגן משכילים, און סאטמאר רב האט באגלייט...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א צייטונג איז א א פאפיר וואס ברענגט נייעס, ארטיקלען, אנאליזן.

גדולי ישראל האבן גענוצט צייטונגען צו מעמיד זיין דת על תילה, ווי רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע וואס האט געגרינדעט דעם "מחזיקי הדת" צייטונג אין זיין קאמף קעגן משכילים, און סאטמאר רב האט באגלייט דאס אפקויף פון 'דער איד' אין די ערשטע יארן צו דינען אלס שופר אקעגן די ציוני'סטישע און אפיקורס'ישער צייטונגען וועלכע זענען דאן געווען אין די אידישע גאס.


היינט איז דא עטליכע פרומע צייטונגען.

היסטאריע

בעפאר עס איז געווען דרוק מאשינען פלעגן צייטונגען ערשיינען אין געשריבענעם פארמאט אדער מיט סטענסלס, און פלעגן אויפגעהאנגען ווערן אין צענטער פון שטאט, און אין גרעסערע שטעט אויף מערערע ערטער, אויף ספעציעלע פלאטעס, און די שטאט איינוואוינער פלעגן דארט ליינען די נייעס.

ווען דרוק מאשינען האבן אנגעהויבן פארשפרייט ווערן האבן אנגעהויבן צו ערשיינען געדרוקטע צייטונגען. די ערשטע באקאנטע איז ערשינען וועכנטליך אין דייטשלאנד אין ה'שס"ט. ס'איז אבער נאך אלץ געווען אויף א באגרעניצטן פארנעם, און נאר עטליכע אין א שטאט וואס מ'האט אויפגעהאנגען. די רעגירונגען האבן דאן קאנטראלירט וואס מעג געשריבן ווערן דערין, און מעגליך אויך געצוימט די צאל צייטונגען. די ערשטע רעגירונג צו ערלויבן א טיילווייזע געדאנק פון פרייע פרעסע איז געווען ענגלאנד, וועלכע האט אין תנ"ה אראפגענומען דעם פארלאנג אז יעדע צייטונג מוז דורכגעקוקט ווערן דורך די רעגירונג, און מיט דעם פארגרינגערט דאס עפענען צייטונגען.

אין די תק"צ יארן האט אנגעהויבן ווערן גרינג צו קענען מאכן שנעל קאפיעס, ברענגענדיג א פרישע פלייץ פון צייטונגען, וואס זענען אויך געווארן ביליגער צו קויפן, און ס'איז פארוואנדלט געווארן אין א גוטע פרנסה. זינט דאן ביז די פריע תש"ע יארן זענען פאפירענע צייטונגען געווען די גרעסטע נייעס קוואל, טראץ וואס טעלעוויזיע און ראדיא איז שוין געווען פאפולער יארן פריער. דאס האט אנגעהאלטן ביז די אינטערנעט איז אויפגעקומען און ווי רואינירט פאפירענע צייטונגען וועלכע ווערן נאר ווייניגער און מענטשן פארלירן אינטערעסע דערין, ביז עס ווערט געשאצט אז ביז עטליכע יאר וועט מער נישט זיין קיין פאפירענע צייטונגען.

אידישע צייטונגען

דאס ווערן גרינג ארויסצוגעבן צייטונגען אין די תק"צ יארן האט געברענגט אז רעליגיעס, פארטייען, און מענטשן מיט אגענדעס האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן צייטונגען, טייל פון זיי אפיציעל צו באריכטן נייעס, און אנדערע צו מיט'ן ציל צו פארשפרייטן א געוויסע באוועגונג אדער אגענדע. די ערשטע צייטונג דורך א איד איז געווען 'המליץ', וואס א משכיל אלכסנדר הלוי צאדערבוים האט ארויסגעגעבן אנגעהויבן תר"כ אין די שטאט אדעסא, דאן אונער די רוסישע הערשאפט. צאדערבוים האט באקומען רשות פון די רעגירונג ווי דער רוסישער געזעץ האט דאן געלויטעט, און האט עס ארויס געגעבן אין צוויי שפראכן, לשון הקודש און דייטש. אין דער צייט וואס די לשון הקודש ווערסיע האט זיך גוט פארקויפט, האט אבער די דייטשע נישט געצויגן פיל אינטערעסע, דעריבער האט ער געטוישט און אין תרכ"ב געגרינדעט 'קול מבשר' אויף אידיש. און די צוויי האט צאדערבוים פארקויפט זיינע משכיל'ישע אידעאלאגיעס פארן רוסישן אידנטום. נאך צאדערבוים'ס צייטונג, זענען נאכגעקומען איבער אייראפע נאך פילע צייטונגען דורך משכילים און ציוניסטישע באוועגונגען, חודש'ליכע, וועכנטליכע, ביי-וועכנטליכע, און אויך דינערע טעגליכע.

ערליכע אידן האבן דאן באטראכט צייטונגען ווי אומאויסגעהאלטן, אויסער די חודש'ליכע תורה'דיגע קובצים וואס האבן דאן אנגעהויבן ערשיינען. רבנים און תלמידי חכמים פלעגן אריינשיקן בריוון און מאמרים, און ס'איז געגאנגען הין און צוריק. אסאך אידן האבן אבער יא געוואלט ליינען נייעס און האבן יא געקויפט די פראבלעמאטישע אידישע און לשו"ק'דיגע צייטונגען. דאס האט געפירט דער בעלזער רב הרה"ק רבי יהושע זצ"ל, וואס איז געווען פון די מנהיגי הדור, ארויסצוגעבן אן אייגענעם צייטונג. אין תרל"ט האט ער געהייסן פאר עטליכע חסידים צו גרינדן א צייטונג 'מחזיקי הדת', מיט'ן ציל צו ברענגען נייעס איבער די אידישע לעבן אין די שטעט פון גאליציע, אז מען זאל נישט דארפן קויפן די אנדערע צייטונגען. דער צייטונג איז אין די ערשטע יארן ערשינען איין מאל א חודש, און אין תרמ"ו האבן זיי געוואלט אנהייבן ערשיינען יעדע צוויי וואכן, אבער נישט קענענדיג באקומען א פערמיט פון די רעגירונג, האבן זיי עס צעטיילט אין צוויי, די צווייטע אונטערן נאמען 'קול מחזיקי הדת'.