תשליך איז א אידישער תפילה וואס מען זאגט ראש השנה. דעם תפילה זאגט מען לעבן א טייך וואס איז דא דארטן פיש, און מען שאקלט די קליידער כדי צו 'אוועק ווארפן' די עבירות. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז צווישן די יארן ה'ק"ס צו ה'ר"ס. עס קען זיין אז עס איז דא א רמז צו דער מנהג אין ספר מיכה: ”וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם”.[1]

אידן מאכן תשליך ביי ראש השנה. א מאלעריי פון אלכסנדר גרימסקי

דער מקור פון דער מנהג

דער מנהג פון תשליך איז נישט דערמאנט ביי אידישע ספרים פאר די יאר ה'ק"ס, און אויך נישט אין שלחן ערוך און אין זוהר.

ביי די צייטן פון די גאונים איז געווען א מנהג וואס דערמאנט תשליך צוזאמען מיט כפרות: מען האט גענומען אן עציץ און דאס געדרייט העכער דעם קאפ און שפעטער האט מען דאס אריין געווארפן אין א טייך.

...בתשובת הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר וזבל בהמה. ועשרים ושנים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה, עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית. וזורעים לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח. ובערב ראש השנה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבע פעמים ואומר "זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" ומשליכו לנהר.

דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז צווישן די יארן ה'ק"ס צו ה'ר"ס. עס איז דא א זעלכע וואס זאגן אז דער מנהג קומט פון די כריסטן פון די שטאט קלן אין גרמניה.[2] דער מנהג איז נישט דערמאנט ביי די ראשונים חוץ פון ביים ספר המנהגים פון רבי אייזיק מטירנא און דער מהרי"ל:

מה שנוהגים לילך בראש השנה אחר הסעודה אצל ימים ונהרות, להשליך במצולות ים כל חטאותינו, משום דאיתא במדרש זכר לעקידה שעבר אברהם אבינו בנהר עד צוארו ואמר "הושיעה ה' כי באו מים עד נפש" והוא השטן שנעשה כמו נהר לעכב אותו מן העקידה.[3]

צווישן די יארן ה'ש"ס צו ה'ת"ס האט דער מנהג זיך צושפרייט אויך ביי די ספרדים צוליב רבי חיים ויטאל וואס האט דערלויבט דער מנהג.

אויך אין די אידן פון איטליה איז געווארן אנגענומען דער מנהג[4].

א פארשטעל פון דער מנהג

מען גייט ביים ערשטן טאג פון ראש השנה (און אויב דער ערשטן טאג קומט אויס אום שבת גייט מען ביים צווייטן טאג) צום ים אדער צו א טייך, עס איז בעסער ביי א פלאץ וואס איז דא פיש, און מען זאגט אן עקסטערע תפילה וואס הייסט תשליך, וואס דאס איז א בקשה צו אריין ווארפן די עבירות אין די וואסער, על פי דער פסוק {{הדגשה|...וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם|מיכה ז, יט. אין א טייל פון די ספרדים רופט מען אן די תפילה ותשליך און נישט תשליך לויט דער לשון פון דער נביא. עס איז אנגענומען צו אויס שאקלען די קליידער אויף א סימן כאילו מען ווארפט אראפ די עבירות.

רעפערענצן

  1. מיכה ז, יט
  2. דניאל שפרבר, מנהגי ישראל, ג. ראו כאן
  3. נאך טעמים איז געשריבן אין לבוש און אין מגן אברהם תקפ"ג
  4. הלל משה סרמוניטה ואנג'לו מרדכי פיאטילי, מחזור לראש השנה כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' 175.