דאנערשטאג איז דער פינפטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.

אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער פערטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.

אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; דאנערשטאג איז אלזא דער זעקסטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג פינף".

נאמען

לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער פינפטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט צדק[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון יופיטער" (לאטייניש: dies Iovis).

יופיטער איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט Thor, זייער אפגאט פון דונערן. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן[2].

אין אידישקייט

ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די אינזעקטן, די באשעפענישן פון די וואסערן און די פייגלען פון הימל:

וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים--יִשְׁרְצוּ הַמַּיִם, שֶׁרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה; וְעוֹף יְעוֹפֵף עַל-הָאָרֶץ, עַל-פְּנֵי רְקִיעַ הַשָּׁמָיִם. וַיִּבְרָא אֱלֹקִים, אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים; וְאֵת כָּל-נֶפֶשׁ הַחַיָּה הָרֹמֶשֶׂת אֲשֶׁר שָׁרְצוּ הַמַּיִם לְמִינֵהֶם, וְאֵת כָּל-עוֹף כָּנָף לְמִינֵהוּ, וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים, לֵאמֹר: פְּרוּ וּרְבוּ, וּמִלְאוּ אֶת-הַמַּיִם בַּיַּמִּים, וְהָעוֹף, יִרֶב בָּאָרֶץ. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם חֲמִישִׁי.

לויט איין דעה אין חז"ל, זענען באשאפן געווארן אין דעם טאג אויך די מלאכים[3].

בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל הרנינו לאלקים עוזינו[4], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט באשאפן די פילפארביגע פיש און פייגל וועלכע ברענגען ארויס זיין לויב[5]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[6].

די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אויף די מעוברות און מיניקות[7].

מען פירט זיך צו ליינען אין דער תורה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג ביי שחרית, כדי עס זאל נישט אריבערגיין דריי טעג פון וואך אן תורה[8]. דאס איז איינגעפירט געווארן דורך משה רבינו[9], אדער דורך עזרא הסופר[10]. מען האט באשטימט דווקא מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל משה רבינו איז ארויפגעגאנגען באקומען די צווייטע לוחות אין דאנערשטאג און אראפגעקומען אין מאנטאג, און די טעג זענען דעריבער ימי רצון[11].

מען פירט זיך צו פארלענגערן דעם תחנון אין מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל די טעג זענען ימי רצון[12]. די ראמאניאטן האבן אין די טעג צוגעלייגט פסוקים פון תחנונים אין די פסוקי דזמרה, ביים שטיקל פון "הודו"[13].

טייל ספרדים האבן געזאגט סליחות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג[14]. אנדערע האבן זיך געפירט צו אויפשטיין צו סליחות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג פון חודש אלול[15].

וויבאלד מאנטאג און דאנערשטאג זענען ימי רצון, זענען איינגעפירט געווארן פארשידענע תעניתים אין די טעג[16]. ווען עס האט נישט גערעגנט אין צייט, האבן די יחידים אנגעהויבן פאסטן מאנטאג און דאנערשטאג[17]. אין אשכנז און צרפת האט מען זיך געפירט צו פאסטן תענית בה"ב נאך די ימים טובים[18]. אין די ישיבות המקובלים פירן זיך טייל צו פאסטן און אפרעכטן פארשידענע תיקונים אין מאנטאג און דאנערשטאג פון די שובבי"ם וואכן. פארהאן ווער עס זאגט אז מען האט גוזר געווען צו פאסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אויפן חורבן בית המקדש און חילול השם[19]. א קריסטליכער טעקסט פון ערשטן יארהונדערט ווארנט מען זאל נישט פאסטן אין מאנטאג אדער דאנערשטאג, אן אנערקענטער אידישער מנהג[20].

געוויסע סופרים זענען מדקדק צו שרייבן מזוזות און תפילין און קמיעות נאר אין באשטימטע שעות אין מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל דאס וואס ווערט געשריבן אין יענע צייטן איז מצליח[21].

עזרא הסופר האט איינגעפירט אז בית דין זאל זיצן און משפט'ן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג[22], ווייל אידן פון די דערפער קומען דאן אריין צו די שטעט פאר קריאת התורה[23], אדער ווייל די ספר תורה איז שוין גרייט אין פאל וואס מען דארף איינעם באשווערן[24]. בזמן הזה גייט נישט אן די תקנה, און יעדע טאג פון וואך קען ווערן באשטימט פאר ישיבת בית דין[25].

וויבאלד בית דין זיצט אין מאנטאג און דאנערשטאג זענען זיי טעג פון דין, און עס פאדערט מער זכותים צו ווערן געראטעוועט פון געפאר[26].

ווען פורים געפאלט אין איינע פון די אנדערע טעג פון וואך, האבן די חכמים געגעבן רשות פאר די אידן פון די דערפער צו ליינען די מגילה דעם מאנטאג אדער דאנערשטאג בעפאר י"ד אדר[27]. דאס גייט נישט אן בזמן הזה[28].

טייל האבן זיך געפירט צו לערנען בעיון מאנטאג און דאנערשטאג, און די אנדערע טעג בקיאות[29].

געוויסע האבן זיך געפירט צו גיין אין מקוה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג[30].

אין אלגעמיינע קולטורן

"יעדע מאנטאג און דאנערשטאג" איז א אידישע פראזע וואס באצייכנט עפעס וואס איז אפט[31].

רעפערענצן

  1. זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
  2. "thursday". Online Etymology Dictionary.
  3. איין דעה אין בראשית רבה, פרשה ג', פסקה ח'; לויט די אנדערע דעה זענען זיי באשאפן געווארן מאנטאג.
  4. משנה, תמיד ז, ד
  5. ראש השנה לא, א
  6. טור, אורח חיים, סימן קל"ג
  7. תענית כז, ב
  8. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה א'
  9. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה א'; ספר הפרדס, מהדורת עהרענרייך עמוד של"ח.
  10. תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק ד', הלכה א'; מסכת סופרים, פרק עשירי.
  11. תוספות, בבא קמא פב, א, ד"ה כדי; לבוש, אורח חיים סימן קל"ד סעיף א'.
  12. רמ"א, אורח חיים, סימן קל"ד, סעיף א'
  13. סדור תפילות השנה כמנהג קהילות רומניא, דפוס ווענעציע, דף י ע"א
  14. ספר סדר היום, כוונת תחנונים. זעט: קובץ עץ חיים (באבוב), חלק י"ט עמוד שנ"ה, איבער די מנהגים דערוועגן.
  15. רבי מנחם המאירי, חיבור התשובה מאמר שני פרק א'. זעט מחזור ארם-צובא, עמוד של"ט.
  16. רמ"א, אורח חיים, סימן קל"ד, סעיף א'. זעט אויך שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקנ"ב, סעיף י"א און די נושאי כלים
  17. תענית י, א
  18. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תצ"ב
  19. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ג'. זעט אויך תמים דעים סימן רמ"ה, אז מר בריה דרבינא האט געפאסט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג פון יאר.
  20. Didache, Chapter 8
  21. סידור רש"י, אות תנ"ה
  22. כתובות ג, א
  23. בבא קמא פב, א
  24. טור, חושן משפט, סימן א', בשם רב האי גאון
  25. טור, חושן משפט, סימן א'
  26. שבת קכט, ב
  27. מגילה ב, א
  28. טור, אורח חיים, סימן תרפ"ח
  29. שני לוחות הברית, סוף חלק תורה שבעל פה, בשם ר"י די ליאון
  30. מגיד מישרים, פרשת בהר; זכרון לבני ישראל, עמוד נ"ח
  31. A Yiddish Cultural Dictionary.


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען