א חודש (לשון רבים: חדשים) איז א מאנאט פון דעם אידישן לוח. א געווענליך יאר האט צוועלף חדשים, און אן עיבור יאר האט דרייצן.

דער טערמין ווערט אויך באניצט פאר א צייט אפשניט פון דרייסיג (אדער 29) טעג, אומאפהענגיג פון א ספעציפישער חודש אין דעם לוח.

אלס מאנאט

דאס ווארט "חודש" נעמט זיך פון חידוש, באנייאונג, אנדייטנדיג אויפן מולד ווען די לבנה ווערט כאילו געשאפן פונדאסניי[1]. די גרויס פון די לבנה, לויט ווי געזען פון דער וועלט, איז געוואנדן אין ארט פון די לבנה רעלאטיוו צום ערד-פלאנעט, און אין ארט פון זיי ביידע רעלאטיוו צו דער זון. דער לענג פון צייט וואס געדויערט פון איין מולד ביזן קומענדיגן איז אנגענומען אין אידישן לוח צו זיין, אין דורכשניט, 29 טעג מיט 12 שעות און 793 חלקים (44 מינוטן מיט 3 און א דריטל סעקונדעס)[2]. א חודש דארף אבער אנטהאלטן א גאנצע צאל פון טעג, אן קיין רעשט פון שעות[3]; יעדער חודש איז דעריבער לאנג 29 אדער דרייסיג טעג[4]. א חודש וואס איז לאנג 29 טעג הייסט א "חודש חסר", און א חודש וואס איז לאנג דרייסיג טעג הייסט א "חודש מלא".

אמאל פלעגט ראש חודש, דער ערשטער טאג פונעם חודש, ווערן באשטימט דורך בית דין אויפן באזיס פון עדים וועלכע האבן געזען די לבנה, און דער חודש האט זיך גערעכנט פון אנהייב פון די נאכט אין וועלכע די נייע לבנה איז געזען געווארן - אדער פון אנהייב פון די 31'סטע נאכט אויב איז עס נישט געזען געווארן ביז אזוי שפעט[5]. דאקעגן, אינעם באשטימטן לוח רעכענען זיך די לענג פון די חדשים לויט א באשטימטע פארמאט, אין וועלכע ספעציפישע חדשים פארמאגן אלעמאל דעם זעלבן צאל טעג. צוויי אויסנאמען זענען חשוון און כסלו, וואס זייער לענג טוישט זיך אויך אינעם באשטימטן לוח, געוואנדן אינעם קביעות פון יאר.

חודש לענג אין טעג
תשרי 30
חשוון 29 / 30
כסלו 30 / 29
טבת 29
שבט 30
אדר א' (אין עיבור יאר) 30
אדר ב'/אדר פון געווענליך יאר 29
ניסן 30
אייר 29
סיון 30
תמוז 29
אב 30
אלול 29


רעפערענצן

  1. רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שני, שער ראשון
  2. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו', הלכה ג'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
  3. מגילה ה, א
  4. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ב'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
  5. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק א', הלכה ג'