חודש
א חודש (לשון רבים: חדשים) איז א מאנאט פון דעם אידישן לוח. א געווענליך יאר האט צוועלף חדשים, און אן עיבור יאר האט דרייצן.
דער טערמין ווערט אויך באניצט פאר א צייט אפשניט פון דרייסיג (אדער 29) טעג, אומאפהענגיג פון א ספעציפישער חודש אין דעם לוח.
אלס מאנאט פון לבנה
דאס ווארט "חודש" נעמט זיך פון חידוש, באנייאונג, אנדייטנדיג אויפן מולד ווען די לבנה ווערט כאילו געשאפן פונדאסניי[1]. ראש חודש, דער ערשטער טאג פונעם חודש, פלעגט ווערן באשטימט דורך בית דין, און דער חודש האט זיך גערעכנט פון אנהייב פון די נאכט אין וועלכע די נייע לבנה איז געזען געווארן[2].
רעפערענצן
- ↑ רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שני, שער ראשון
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק א', הלכה ג'