Europe under Nazi domination.png

נאַצי דייטשלאַנד, אדער דריטע רייך, זענען די נעמען פאר דייטשלאנד אונטער דער הערשאפט פון אדאלף היטלער, פון 1933 ביז 1945. די נאציס האבן גערודפ'ט און דערמארדעט מיליאנען אידן, רוב פון אייראפעישן אידנטום.

דעם 30סטן יאנואר 1933 איז היטלער געווארן קאנצלער פון דייטשלאנד, און ער האט גאנץ גיך עלימינירט אלע אפאזיציע צו זיין הערשאפט.

אנטיסעמיטיזם איז געווען א וויכטיגער פונקט פון דער געזעלשאפט אין נאצי דייטשלאנד. דער געסטאפא און דער עס עס אונטער היינריך הימלער האבן גערודפט אידן און זיי געהרג'עט.

אין 1938 האבן זיי צוערשט אנעקסירט עסטרייך און שפעטער גענומען סודעטן פון טשעכאסלאוואקיי. אין 1939 האבן זיי איינגענומען דאס גאנצע לאנד פון טשעכאסלאוואקיי.


P history.png דער ארטיקל בנוגע היסטאריע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!