רוי:וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט

ווערסיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
וואלפגאנג אמאדעאוס מאצארט

וואלפגאנג אמאדעאוס מאצארט (דייטש: Wolfgang Amadeus Mozart;‏ 27סטן יאנואר 1756 - 5טן דעצעמבער 1791) איז פאררעכנט פון די גרעסטע לייבן אין קלאסישע מוזיק.

ביאגראפיע

מאצארט איז געבוירן אין זאלצבורג (היינט אין עסטרייך) אינעם יאר 1756.

נאך אלץ קינד האט זיך דער ווואונדערקינד ארויסגעשטעלט צו זיין א גאון און נגינה, וועלכער האט געמאכט פרייליך אלעמען מיט זיין וואונדערבארע קאמפאזיציעס וואס איז געווען א חידוש אין זיינערצייט.

אממערסן באקאנט איז זיין הערליכער איין קליינע נאכטמוזיק, וועמענס מעלאדיע ווערט געשפילט פאר גאר פיצלעך קינדער, ווייל עס איז אנגענומען ביי געוויסע פארשער אז זיינע קלאסישע מוזיק העלפט פאר'ן מוח, זיך גוט צו אנטוויקלען. [1].

מאצארט האט נאך אלץ יונג קינד זיך געטראפן מיט דעם בארימטן קאמפאזיטאר יאזעף היידן, און דער אלטער היידן האט געגעבן לעקציעס פאר דעם קליינעם מאצארט, וואס האט אים באגלייט זיין גאנצן לעבן.

מאצארט האט געשאפן אריבער 600 קלאסישע קאמפאזיציעס. גאנצע 40 סימפאניעס און הונדערטער סאנעטעס, און קאנסערטאס פאר דעם פידעל און פיאנאו, וועלכע זענען אלע ברייט בארימט ביזן היינטיקן טאג.

מאצארט איז געשטארבן אין 1791אין ווין.

וועבלינקען

רעפערענצן