רבי יהושע העשיל וואָלהענדלער (תשי"גכ"ט חשוון תשע"ב) איז געווען א חסידישער רב און פוסק, א מחבר ספרים אויף הלכות טהרה און הלכות גיטין. ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג.

ביאגראפיע

רבי יהושע העשיל וואלהענדלער איז געבוירן אין תשי"ג חיים שמואל מאיר וואלהענדלער (אוועק כ"ב שבט תשע"ב) פון פוילן[1], א שטארקער כענטשינער חסיד וואס האט געהייסן נאך רבי חיים שמואל הורוויץ, און צו ריזל נחמה (תרע"ח–תשפ"ב), טאכטער פון יהודה דים פון קראקא ביי וועם בעלזער רב איז איינגעשטאנען, תלמידה פון שרה שנירער אין קראקא און שפעטער א לערערין אין פאפא שולע אין וויליאמסבורג[2].

רבי יהושע העשיל האט מען גערופן נאך רבי יהושע העשיל הורוויץ, דער לעצטער כענטשינער רבי.

ער האט חתונה געהאט אין חודש כסלו תשל"ה מיט א טאכטער פון רבי בנציון הכהן קאהן, סענפעטערער רב[1].

ער איז געווען ראב"ד פון בית דין הרבני לעניני אישות, און האט מסדר געווען גיטין, זייענדיג א בקי אין שמות גיטין. ער פלעגט ענטפערן שאלות אנגעפרעגט דורך דיינים און מורי הוראה.

צוזאמען מיט יוסף בעכער פון לאנדאן האט ער געטון פאר די תימנ'ע אידנטום, און איז אויך זיבן מאל געפארן קיין תימן און טוניזיע.

ער איז געווען דבוק אין סאטמאר רב און צו די סקולענע רבי'ס. ער האט געהאט א קירבה ביי קאשויער רב און ביי רבי עובדיה יוסף.

ער פלעגט דאווענען אין בית המדרש אמת ליעקב נאנאש[3], און ער פלעגט לערנען אין בית המדרש תורה ודעת אין וויליאמסבורג, און האט דארט אפט איבערגעגעבן שיעורים.

ער איז נפטר געווארן כ"ט חשוון ה'תשע"ב אין עלטער פון 58 נאך יענע מחלה, איבערלאזנדיג זעקס זין און דריי טעכטער, צוויי פון זיי אומפארהייראט. ער איז באהאלטן געווארן אין בית החיים אין קרית יואל[4].

חיבורים

זייענדיג בלויז 28 יאר האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר גופי הלכות (משנה ברורה החדש) אויף הלכות נדה און טבילה. דער ספר איז אויסגעשטעלט גענוי ווי דער משנה ברורה פונעם חפץ חיים זצ"ל מיט'ן ביאור הלכה און שערי ציון, ווי אויך האט דער מחבר ז"ל צוגעלייגט דער משנת סופרים מיט אייגענע חידושים. דער ספר האט הסכמות פון פאפאער רב און דעברעצינער רב. אריגינעל האט ער עס גערופן משנה ברורה החדש און עטליכע ליטווישע רבנים האבן ארויסגעגעבן א מחאה פארן געבן דעם נאמען פונעם משנה ברורה. אינעם צווייטען דרוק האט ער געגעבן אן אנדערע נאמען און זיך פארענטפערט אז עס איז דא נאך אזעלכע ווי צום ביישפיל דער מחצית השקל אין שו"ע[אויסקלארונג פארלאנגט].[מקור פארלאנגט]

ער האט אויך פארפאסט א פירוש מאיר עיני חכמים אויף סדר הגט און סדר חליצה, און האט געשריבן נאך חיבורים און תשובות וואס זענען אין כתב יד.

ווייטער ליינען

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן