רוי:ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע

ווערסיע פון 04:04, 26 יולי 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אנגלית" ב־"ענגליש")

די ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע איז געווען א שיסעריי טעראר אטאקע, וואס איז פארגעקומען דעם 1טן מערץ, 1994 - י"ח אדר ה'תשנ"ד, אויף דער ברוקלין בריק, אין ניו יארק סיטי, דורך אן איסלאמישן טעראריסט, ראשיד באז; וועלכער האט געשאסן אויף א פופצן-פאסאזשיר ווען פול מיט בחורים, ליבאוויטשער חסידים, וועלכער זענען געפארן אויף דעם בריק. די טעראר אטאקע האט געקאסט דאס לעבן פון איין בחור, ארי האלבערשטאם.

דער טעראריסט איז געכאפט און ארעסטירט געווארן, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.

די אטאקע

אום 1טן מערץ 1994 (י"ח אדר ה'תשנ"ד) בערך 10:30 פארמיטאג האט א ווען מיט בערך פופצן בחורים, ליבאוויטשער חסידים, געווען אויף דער וועג פון מאנהעטן קיין קראון הייטס, אהיימבאגלייטנדיג דער ליבאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאן, נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען א מעדיצינישן פראצעדור אין די בית ישראל שפיטאל.

בשעת זיי זענען געפארן אויף דעם בריק, האָט א טעראָריסט, וועלכער איז געפארן פאראלעל מיט זייער קאר, געעפנט הייס-פייער מיט זיין סוב-מאשין ביקס, און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד. די קוילן האבן אנגעטראפן פיר בחורים, צוויי פון זיי זענען קריטיש. צווישן זיי איז געווען א בחור מיט דעם נאמען ארי' האלבערשטאם, וועלכער איז איילעניש אפגעפירט געווארן מיט זיינע אנדערע חברים אין שפיטאל.

פינף טעג שפעטער (כ"ג אדר א, ה'תשנ"ד) איז ארי', ליידער נפטר געווארן פון די שווערע וואונדן וואס ער האט געליטן; אין אינגען עלטער פון בלויז זעכצן יאר אלט.

ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד הלברשטאם, א גבאי ביים ליבאוויטשער רבי'ן, מנחם מענדל שניאורסאן.

טויזענטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביים הארצרייסנדע לוי', וואס איז פארגעקומען אין קראון הייטס, אריינגערעכנט דער דעמאטליגער ניו יארקער גאווערנאר מאריא קאמא, דער ניו יארקער מעיאר רודי דזשוליאני, און נאך פיל פאליטיקאנטן. אזוי אויך האט דער דעמאלטיגער פרעזידענט ביל קלינטאן פערזענליך אנגערופן די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן.

דער טעראריסט

גראד נאך דעם שיסעריי איז דער שיסער און מערדער אנטלאפן. דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האבן אונטערגענומען א מאסיווע זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלער פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון דעם ברוטאלן מערדער.

צוויי טאג נאך דעם שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, און אזוי איז ער ארעסטירט געווארן.

דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באז, אן אימיגראנט פון לבנון.

דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן אויף מארד קלאגעס, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.

הערשט נאך עטליכע יאר און דרוק פון עסקנים, האט די יוסטיץ דעפארטמענט מסכים געווען צו באטיטלען דעם שיסעריי אלס א "טעראריסטישע אטאקע".

געצילט דעם רבי'ן אלס נקמה

ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט דער טעראריסט דורכגעפירט דעם שיסעריי אלס נקמה צום שיסעריי וואס ברוך גאלדשטיין האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אינעם מערת המכפילה אין חברון, און ער האט געוואלט ח"ו געוואלט אומברענגען דעם ליבאוויטשן רבי'ן אלס נקמה, אבער ער האט זיך טועה געווען אין די קארס.

געדענקמאלן

דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום ברוקלין בריק איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי', צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ.

אין קראון הייטס איז געעפנט געווארן א אידישע קינדער מוזעאום אויף זיין נאמען און אנדענק.

נאך דעם טראגעדיע זענען איינגעפירט געווארן עטליכע געזעצן איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער אין ניו יארק, דריי געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין רעזולטאט פון דעם מארד.


טעקע:Jewish Children's Museum Mosaic.jpg
א בילד פון ארי ביים אריינגאנג צום קינדער מוזעאום אין קראון הייטס


 
א בילד פונעם אריינגאנג צום ברוקלין בריק, וואס טראגט דעם נאמען 'ארי האלבערשטאם מעמאריעל רעמפ'

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!