מוסטער:יולי 26
►► | געשעענישן אין ציווילן קאלענדאר / יולי 26 דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
- 1581 – האלאנד ווערט אויפגעשטעלט, ווען זיבן פראווינצן פאראייניגן זיך
- 1775 – אמעריקאנער פאסט סערוויס ווערט עטאבלירט דורך דעם צווייטן קאנטינענטאל קאנגרעס, און בענדזשאמין פרענקלין ווערט באשטימט דער ערשטער פאסט מייסטער.
- 1778 – צענדליגער טויזנטער גריכישע און ארמענישע קריסטן ווערן פארטריבן פון קרים
- 1847 – באפרייטע קנעכט וועלכע האבן זיך באזעצט אין ליבעריע דערקלערן זעלבסטשטענדיגקייט
- 1947 – פרעזידענט הערי טרומאן שרייבט אונטער דעם געזעץ וואס שאפט דער CIA און אנדערע זיכערהייט אגענטורן
- 1953 – פידעל קאסטרא פירט א דורכגעפאלענע אטאקע אויף מיליטערישע באראקן אין קובא, פון וואס עס האט זיך שפעטער אנטוויקלט א סוקסעספולע פאליטישע באוועגונג
- 1956 – עגיפטן, אין שפיץ פון נאסער, פארכאפט דעם סועץ קאנאל און פארבאט שיפן פון מדינת ישראל אריבערצופארן (אין בילד)
- 1965 – דער רעפובליק פון די מאלדיוון ווערט זעלבסטשטענדיג פון בריטאניע