רוי:רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין
רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקס"ה - ט' סיון ה'תרל"ג), פון זידיטשוב, גאליציע. באקאנט אלס רבי אייזיקל זידיטשובער, דער מהרי"א.
אפשטאם
רבי יצחק אייזיק איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, אן איינציגער זון צו זיין פאטער, רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון זידיטשוב, דער פערטער זון פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת עטיא א טאכטער פון רבי אליהו לעווינגער .
רבי יצחק אייזיק איז געבוירן געווארן פון א ברכה פון רבי מענדעלע פון רימאנאוו, וועלכער האט געזאגט אויף אים אז ער וועט באלייכטן די וועלט.
רבנות
פון קליינערהייט האט מען שוין געקענט זעהן אז רבי יצחק אייזיק וועט זיין א העכערער מענטש, ער האט געלערנט ביי זיינע פעטערס דער עטרת צבי און ביי רבי משה פון סאמבור, ער איז געווען קלאר אין ש"ס און מדרשים, זוהר און כתבי האר"י.
רבי יצחק אייזיק האט פארציילט אז ער האט געלערנט דעם ספר פרי עץ חיים הונדערט און איין מאל.
נאך די פטירה פון זיין שוועסטער-קינד רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין האבן די חסידים אויפגענומען רבי יצחק אייזיק אלס רבי פון זידיטשוב
הסתלקות
פאמיליע
זיינע קינדער:
- רבי אלכסנדר סענדער יו"ט ליפא אייכנשטיין (ה'תקפ"ד (אומגעפער) - י"א תשרי ה'תרמ"ד), פון זידיטשוב.
- רבי שלמה יעקב אייכנשטיין (ה'תק"צ (אומגעפער) - כ"ו כסלו ה'תרמ"ו), פון סטריא.
- ישכר בעריש אייכנשטיין (ה'תקצ"ה (אומגעפער) - כ"ט שבט ה'תרמ"ו), פון דאלינא.
- רבי מנחם מענדל אייכנשטיין (ה'ת"ר (אומגעפער) - י"א אדר ה'תרס"א), פון זידיטשוב.
זיינע ספרים
- פירוש מהרי"א - מדרש רבה
- לקוטי תורה
- לקוטי מהרי"א - ילקוט שמעוני
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר