רוי:רבי יצחק לייפער

ווערסיע פון 11:48, 23 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ק"ן" ב־"ק"נ")

רבי יצחק לייפער זצ"ל (ה'תק"ל - ו' שבט ה'ת"ר) רבי אין קאלוש.

אפשטאם

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תק"ל (אומגעפער) צו זיין פאטער רבי אהרן אריה לייב לייפער פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת יענטע.

רבנות

נאך ביים פאטער'ס לעבען איז רבי איציקל געווארן רבי אין קאלוש אויף זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) רבי דוד'ס ארט, און דער זעלבע צייט וואס דער חוות דעת איז דארט געווען רב.

הסתלקות

אין יאר ה'ת"ר איז רבי איציקל שטארק קראנק געווארן, צוויי שעה פאר ער איז אוועק האט ער צוזאמען גערופן די פאמיליע און זיי געזעגנט, און ער האט זיי איבער געגעבן זיינע כתבים אין קבלה, ער איז נפטר געווארן ו' שבט ה'ת"ר.

זיין פאמיליע

דער בארדיטשעווער רבי האט ג'שדכנט פאר רבי איציקל מרת פייגא א טאכטער פון רבי איתמר הכהן. זיין שווער רבי איתמר האט געהאט א קרעטשמע אין א דערפל טשיזיקאוו נעבן לעמבערג, ער איז געווען פון די צדיקים נסתרים, רבי לייב שרה'ס פלעגט פיל פארברענגן מיט אים, אויך אנדערע צדיקים. זייערע קינדער:

  • הרב מיכל לייפער, פון נאדווארנא
  • הרב אהרן לייב מאיר.

בזיווג שני האט רבי איציקל געהייראט מרת בריינא. זייערע קינדער:

  • מרת רחל, די ווייב פון הרב צבי פון קאלוש.
  • מרת חנה לאה, די ווייב פון הרב אהרן אריה לייב רעדליך.

זעט אויך

רעפערענצען

  • פנים מאירים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!