יֶרֶד איז געווען דער זעקסטער דור פון אדם הראשון, א זון פון מהללאל און דער פאטער פון חנוך.

ירד
געבורט תס"ב
פטירה א'תכ"ד (אלט: 962 בערך)
גיל פטירה 962
קינדער חנוך
בתנ"ך בראשית ה, טו–כ; דברי הימים א' א, ב

ירד איז געבוירן 460 יאר נאכן באשאף פון אדם הראשון, אין יאר תס"ב לבריאה[א], ווען זיין פאטער איז אלט געווען 65 יאר[1]. ער איז גערופן געווארן מיט דעם נאמען, ווייל אין זיינע צייטן זענען אראפגעקומען די מלאכים צו לערנען מיט מענטשן[2], אדער ווייל אין זיין דור זענען מענטשן געפאלן צו די נידריגסטע מדרגה[3].

לויט ספר היובלים האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטערקינד, וועלכע האט געהייסן בכה בת רצוצאל[2].

ווען ער איז אלט געווען 162 יאר האט ער געבוירן זיין זון חנוך[4]. אין די נאכפאלגנדע יארן האט ער געהאט נאך זון און טעכטער.

ירד האט געלעבט 962 יאר[5] (ביז צום יאר א'תכ"ד לבריאה[א]), דער צווייט-לענגסטער פון אלע מענטשן דערמאנט אין תנ"ך.

לויט א טראדיציע פון שומרונים, האט ירד געגרינדעט די שטאט "שלם רבתא" (היינטיגע סאלים, נעבן שכם)[6].

נאטיצן

  1. 1.0 1.1 דאס הייסט, לויט'ן ציילונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם. אין ספר סדר הדורות און אויף אסאך אנדערע פלעצער ווערן די יארן גערעכנט אנדערש, אנגעהויבן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן שנת תוהו, האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די שיטה, דארף מען אראפרעכענען איין יאר פון חשבון.

רעפערענצן

  1. בראשית ה, טו
  2. 2.0 2.1 ספר היובלים, פרק ד'
  3. מדרש געדרוקט אין מבוא לאגדת בראשית, חלק ב'
  4. בראשית ה, יח
  5. בראשית ה, כ
  6. יצחק בן-צבי, שמריהו טלמון, ישעיהו גפני (ע), ספר השומרונים, ירושלים: יד יצחק בן-צבי, 1976, עמ' 77