רוי:רבי דוד היילפרין

ווערסיע פון 16:30, 16 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[וואסלוי" ב־"[[וואסלוי (חסידות)")

רבי דוד היילפרין זצ"ל (ה'תקפ"א - י"ח שבט ה'תרנ"ד) פון בארדיטשוב, אן איידעם פון דער הייליגער רוזשינער.

אפשטאם

רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"א צו זיין פאטער הרב יעקב יוסף היילפרין, פון בארדיטשוב, א זון פון הרב ישראל היילפרין, פון בארדיטשוב, א זון פון הרב יוסף היילפרין, באקאנט אלס רבי יוסילי חריף, אן אור-אייניקל פון הרב יחיאל היילפרין, פון מינסק, דער פארפאסער פון "סדר הדורות".

זיין פאטער רבי יעקב יוסף איז געווען אן אויסגערופענער עושר, ווען ער פלעגט גיין ערב שבת אין מקוה, איז געשטאנען אויף ביידע זייטן פון וועג אידן וואס האבן גענומען צדקה, און ער האט יעדעם איינעם געגעבן א קליין זעקעלע מיט ריין זילבערנע מטבעות.

זיין געשיכטע

נאך זיין חתונה האט רבי דוד געוואוינט אין סאדיגורא ביי זיין שווער, ארום אים האבן זיך צוזאמען גענומען דערהויבענע יונגעלייט, וואס רבי דוד איז געווען זייער וועגווייזער אין תורה און חסידות.

הסתלקות

אין יאר ה'תרמ"ז האט רבי דוד געשריבן זיין צוואה, און ער איז נפטר געווארן י"ח שבט ה'תרנ"ד, און ליגט אין סאדיגורא.

זיין רביצין מרת לאה איז נפטר געווארן י"ד שבט ה'תרמ"ב, און ליגט אין בארדיטשוב

פאמיליע

רבי דוד האט געהייראט מרת לאה א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן דער הייליגער רוזשינער. זייערע קינדער:

  • מרת רבקה.
  • מרת גיטל.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!