רבי אבי ווייס

אבי ווייס (אברהם חיים יוסף הכהן ווייס, געבוירן אין 1944) איז אן אמעריקאנער "אפן ארטאדאקסישער" פירער, וואס שטייט בראש פון די היברו אינסטיטוציע פון ריווערדעיל, ניו יארק. ער איז א מחבר ספרים, א מגיד שיעור און אן עסקן. ער איז דער גרינדער פון דער ערשטער "אפענע ארטאדאקס" ישיבה "ישיבת חובבי תורה".

אין 2012 איז ווייס באצייכנט געווארן דורך ניוסוויק אךס דער עלפטער מערסטער פראמינענטער רב אין די פאראייניגטע שטאטן. אין 2011 איז ער באצייכנט געווארן אלס דער צוועלפט מערסטער פראמינענטער רב, אין 2010 איז ער באצייכנט געווארן אלס דער 18טער, און אין 2007 אלס דער 25סטער.

אין מאי 2009 האט ווייס געגרינדעט "ישיבת מהר"ת", א ישיבה וועלכע וועט טרענירן פרויען צו זיין "רבנים" (מהר"ת איז ראשי תיבות: מנהיגה הלכתית רוחנית תורנית).

אין יוני 2009 האט ווייס געגבן סמיכה לרבנות פאר שרה הורוויץ, אין איר באטיטלט "מהר"ת". נאך דעם וואס דאס האט אויסגערופן גרויס אויפברויז אין די ארטאדאקסישע קהילות, האט ווייס אין פעברואר 2010 דערקלערט אז הורוויץ'ס טיטל איז "רבה", און אז ער וועט מער נישט געבן נאכאמאל סמיכה פאר א פרוי.

הורוויץ איז היינט דיען פון די ישיבה און אלס ראש מגידי שיעור דינט יששכר כ"ץ.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!