קֵינָן איז געווען דער פערטער דור פון אדם הראשון, א זון פון אנוש און דער פאטער פון מהללאל.

קינן
געבורט שכ"ז
פטירה א'רל"ז (אלט: 910 בערך)
גיל פטירה 910
קינדער מהללאל
בתנ"ך בראשית ה, ט–יד; דברי הימים א' א, ב

קינן איז געבוירן 325 יאר נאכן באשאף פון אדם הראשון, אין יאר שכ"ז לבריאה[א], ווען זיין פאטער איז אלט געווען ניינציג יאר[1].

לויט ספר היובלים האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער, וועלכע האט געהייסן מהללאית[2].

ווען ער איז אלט געווען 70 יאר האט ער געבוירן זיין זון מהללאל[3]. אין די נאכפאלגנדע יארן האט ער געהאט נאך זון און טעכטער. לויט ספר הישר האט ער געהאט דריי זון: מהללאל, עינן, מרד; און צוויי טעכטער: עדה און צלה די ווייבער פון למך בן מתושאל[4].

מהללאל האט געלעבט 910 יאר[5] (ביז צום יאר א'רל"ז לבריאה[א]), דער זעקס-לענגסטער פון אלע מענטשן דערמאנט אין תנ"ך.

לויט ספר הישר איז קינן געווען גאר קלוג, דער ערשטער וואס האט געקעניגט איבער מענטשן, און ער האט צוריקגעקערט טייל מענטשן צו דינען השי"ת[6]; אין מדרש שטייט אבער אז ער האט פארפירט זיין דור צום שלעכטס[7].

נאטיצן

  1. 1.0 1.1 דאס הייסט, לויט'ן ציילונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם. אין ספר סדר הדורות און אויף אסאך אנדערע פלעצער ווערן די יארן גערעכנט אנדערש, אנגעהויבן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן שנת תוהו, האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די שיטה, דארף מען אראפרעכענען איין יאר פון חשבון.

רעפערענצן

  1. בראשית ה, ט
  2. ספר היובלים, פרק ד'
  3. בראשית ה, יב
  4. ספר הישר, פרק ד'
  5. בראשית ה, יד
  6. ספר הישר, פרק ד'. זעט אויך: רבי יצחק אברבנאל, פירוש אברבנאל לפרשת בראשית, אז ער האט געהייסן "קינן" ווייל ער האט זיך קונה געווען א גוטן נאמען און דברי תורה
  7. מבוא לאגדת בראשית, חלק שני. זעט אויך: רבי שמשון רפאל הירש, פירוש רשר"ה לפרשת בראשית, אז זיין נאמען קינן צייגט אויף מאטעריאליזם און א שעצונג צו ערדישע פארמעגנס


קאַטעגאָריע:דורות פון שת קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען