רוי:רבי הלל זאקס

ווערסיע פון 23:15, 16 נאוועמבער 2019 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
הרב הלל זאקס
באשעפטיגונג ראש ישיבה

הרב הלל זאקס (ט"ו שבט תרצ"א 1931 - כ"ב טבת תשע"ה, 13טן יאנואר 2015) איז געווען ראש ישיבה פון דער כנסת הגדולה ישיבה אין מודיעין עילית און איינער פון די ראשי ישיבות פון ישיבת חברון.

ביאגראפיע

רבי הלל איז געבוירן געווארן אין ראדין צו זיין פאטער רב מנחם מענדל זאקס און זיין מוטער פייגא חיה, די טאכטער פונעם חפץ חיים. ווען ער געווען אלט 8 יאר, צוליב דער אינוואזיע פון דער רויטער ארמיי אין פוילן, איז זיין משפחה אריבער אין איישישאק, און דערנאך אין ווילנא. ווען די משפחה האבן באקומען א וויזע קיין אמעריקע זענען זיי אריבער געפארן דעם סאוועטן פארבאנד קיין יאפאן און פון דארטן צו אמעריקע. ווען ער איז אנגעקומען אין ניו יארק האט ער געלערנט ביי הרב משה פיינשטיין אין ישיבת תפארת ירושלים, און דערנאך ביי הרב ראובן גראזאווסקי אין לייקוואוד. ער האט געלערנט חברותאשאפט מיט הרב שניאור קאטלער עטלעכע צען יאר, און פינעף יאר מיטהרב שמואל קאמינעצקי.

אין די 1950ער האט ער געהייראט אהובה אסתר חברוני, די טאכטער פונעם חברונער ראש ישיבה הרב משה חברוני. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין די פאראייניגטע שטאטן. אין 1960 האט ער עמיגרירט קיין ישראל און ער האט זיך באזעצט אין דער גאולה געגנט אין ירושלים, נאענט צו דער חברונער ישיבה. שפעטער האט מען אים באשטימט א ראש ישיבה אין חברון, צוזאמען מיט הרב שמחה זיסל ברוידא און הרב אברהם פארבשטיין. אין חברון האבן די בחורים אויסגעזוכט אים, פאר זיין בקיאות, פאר זיין לומדות און פאר זיינע ידיעות אין מוסר און קבלה.

אין תשנ"ו האט ער געגרינדעט די כנסת הגדולה ישיבה אין מודיעין עילית, וואס מען רופט אויף זיין נאמען ר' הלל'ס ישיבה. דער צווייטער ראש ישיבה איז זיין זון הרב יצחק זאב זאקס.

אין 2013 האט ער געעפנט א ישיבה קטנה לעבן זיין ישיבה אין מודיעין עילית.

ער איז נפטר געווארן כ"ב טבת תשע"ה, 13טן יאנואר 2015 און מען האט אים באגראבן אין הר הזיתים.[1]

משפחה

רבי הלל און זיין ווייב אהובה אסתר האבן די קינדער:

  • הרב יצחק זאב, ראש ישיבה פון כנסת הגדולה
  • די ווייב פון הרב חיים מאן, רב פון א קהילה אין מודיעין עילית
  • מרים (סעקרעטאר פון דעם יישוב מתתיהו), ווייב פון הרב צבי ווילענסקי (אן אייניקל פון רבי אליהו לאפיאן), ראש ישיבה פאר די אויסלענדישע בחורים.

וועבלינקען

רעפערענצן