מוסטער:אין די נייעס
- צה"ל פירט דורך אפעראציע פּאנצער און פייל, באמבארדירנדיג הונדערטע צילן אין עזה און אומברענגענדיג זעקס קאמאנדירן פון איסלאמיק דזשיהאד, וואס האבן צוריקגעענטפערט מיט'ן אריינשיסן הונדערטע ראקעטן צו מדינת ישראל, אומברענגענדיג איין איד אין רחובות.
- אויסערן מיניסטארן פון 13 אראבישע ליגע מיטגלידער-שטאַטן טרעפן זיך אין די ליגע הויפטקווארטירן אין קאירא, עגיפטן, און גייען איין צוריק אריינצונעמען סיריע אלס מיטגליד, נאך א 12 יאר אפוועזנהייט. סיריע'ס באשער על אסאד וועט ערלויבט ווערן זיך צו באטייליגן ביים ליגע סאמיט מאי 17 אין ריאד.
- טערקישער פרעזידענט ראסיפ טאאיפ ערדוגאַן מעלדט אַז די טערקישע נאַציאנאַלע שפיאנאזש ארגאניזאציע האט אַראָפּגעשפּירט און גע'הרג'עט כאַליף פון די איסלאַמישע שטאַט אבו אַל-כוסעין אַל-כוסעיני אַל-קוראַשי.
די אינפארמאציע אונטן איז אריבערגעשלאסן פון קיין דאקומענטאציע בלאט.
קיין דאקומענטאַציע בלאט פאר דעם מוסטער.