רבי יעקב שלום סופר שרייבער (ה'תרט"ו - כ"ז אלול ה'תרצ"ו) איז געווען א רב און פוסק אין אונגארן, אב בית דין פון פעסט. און מחבר פון 'תורת חיים' אויף שלחן ערוך.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין יאר תרט"ו צו הרב רבי חיים סופר (מחבר פון "מחנה חיים") און בעטי בריינדל. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביי מהר"ם שיק און דעם כתב סופר.

ער האט געדינט ווי אב"ד פון דער שטאט פעסט 28 יאר, נאך זיין פאטער.

ער האט געהייראט רבקה, טאכטער פון נפתלי הירצקא קרויס, און זיי האבן געהאט (כאטש) צוויי קינדער, שמעון און יהודה, און אפשר אויך רבי חיים אב"ד פון אראד, רומעניע.

זיין ספר תורת חיים ווערט ציטירט כסדר אין דעם ספר הלכה ברורה פון הרב דוד יוסף.

ער איז נפטר געווארן כ"ז אלול ה'תרפ"א אין פעסט, און מען האט אים באערדיגט כ"ט אלול.

זיינע ספרים

  • תורת חיים אויף שלחן ערוך אורח חיים, ח"א, ח"ב ,ח"ג, ח"ד (אויף הלכות שב).

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!