סאכאטשאוו איז א חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן אין ה'תרל"א דורך הרה"צ ר' אברהם בארנשטיין, דעם "אבני נזר", אן איידעם פונעם קאצקער רבי'ן, אין דעם שטעטל סאכאטשאוו אין קאנגרעס פוילן.


רבי אברהם בארנשטיין איז געווען דער עלטסטער זון פון רבי זאב-נחום בארנשטיין, דער ביאלער רב, מחבר פון דעם ספר "אגודת אזוב", און אן איידעם פון דעם קאצקער רבי'ן (חתונה געהאט מיט זיין טאכטער שרה-צינא).

די ספרים פון די סאכאטשאווער רבי'ס זענען גוט באקאנט צווישן לומדים:

  • שו"ת אבני נזר אויפן סדר פון שלחן ערוך
  • אגלי טל אויף א טייל פון די ל"ט מלאכות שבת וואס דער מחבר האט געדרוקט אין זיין לעבן אין פיעטריקאוו תרס"ה, עס איז איבערגעדרוקט געווארן אין יאר תרצ"א און פריש איבערגעזעצט דורך די אייניקלעך אין יאר תשנ"ה
  • שם משמואל אויף חמשה חומשי תורה און ימים טובים על פי דרך חסידות.

דער היינטיגער רבי, רבי שמואל יצחק בארנשטיין, איז געבוירן געווארן ה' אדר תשכ"א (1961) אין תל אביב, אין דעם יד אליהו געגנט וואו זיין פאטער האט געדינט אלס רב. ביי די פיר יאר איז ער געווארן פאר'יתומ'ם פון זיין פאטער וואס איז אוועק אין א פארקער עקסידענט. זיין מוטער טויבע איז די טאכטער פון הרב דניאל מאוושאוויץ, רב פונעם טשעלנאוו געגנט אין תל אביב. זיין חינוך האט ער באקומען אין תל אביב און דערנאך אין דער פאנאוועזשער ישיבה קטנה אין בני ברק, און שפעטער אין דער פאנאוועזשער ישיבה גדולה. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אליהו שטערנבוך ראש בית דין פון דער "מחזיקי הדת" קהילה אין אנטווערפן, וואס זי איז אן אייניקל פון רבי ברוך האגער, סערעט־וויזשניצער רבי, דער "מקור ברוך" פון חיפה.

א גרויסער פראיעקט פון היינטיגע סאכאטשאווער חסידים איז מאורות.


סאכאטשאווער רבי'ס

  • הרב אברהם בארנשטיין - מחבר פון "אבני נזר" און "אגלי טל". ליגט אין דעם בית החיים אין סאכאטשאוו. נפטר געווארן י"א אדר א' ה'תר"ע
    • הרב שמואל בארנשטיין - זון פון רבי אברהם ומחבר פון "שם משמואל". נפטר אין אטוואצק כ"ד טבת, ליגט לעבן זיין פאטער אין סאכאטשאוו.
      • הרב דוד בארנשטיין (תרל"ו-ח' כסלו ה'תש"ג) - זון פון רבי שמואל, געמארדעט אין דעם חורבן אין דער ווארשאווער געטא, ליגט אין ווארשע. מחבר פון "חסדי דוד".
      • הרב חנוך העניך בארנשטיין - ברודער פון רבי דוד, גרינדער פון בית מדרש סאכאטשאוו אין ירושלים.
        • הרב מנחם שלמה בארנשטיין - זון פון רבי חנוך העניך, געקרוינט אלס סאכאטשאוו-ראדאמסקער רבי נאך זיין פאטער'ס פטירה אין ה'תשכ"ה, געהרג'ט אין א פארקער-צוזאמענשטויס אין ה'תשכ"ט. האט געלערנט אין "כנסת חזקיהו" ישיבה אין כפר חסידים. האט אויפגעשטעלט א ישיבה אויפן נאמען פון זיין זיידן דעם "אבני נזר" אין ירושלים, געווען רב פון יד אליהו אין תל אביב.
          נאך זיין פטירה, במשך 18 יאר, איז נישט געווען קיין סאכאטשאווער רבי, ביז מען האט מכתיר געווען זיין זון רבי שמואל-יצחק.
          • הרב שמואל יצחק בארנשטיין - זון פון רבי מנחם שלמה, היינטיגער סאכאטשאווער רבי. ער וואוינט אין בית וגן געגנט אין ירושלים.
      • הרב אהרן ישראל בארנשטיין, זון פון רבי שמואל (נישט געדינט אלס רבי), מחבר פון ספר "נאות הדשא"

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!