רוי:רבי שלום רובין
אפשטאם
רבי שלום איז געבוירן ערב שבת קודש כ"ו אלול ה'תרט"ז, צו זיין פאטער פון רבי מאיר רובין, פון גלוגוב, א זון פון רבי
מנחם מענדל רובין פון גלוגוב, (אן איידעם פון רבי מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון רבי יוסף אונגאר, א זון פון מרדכי דוד אונגאר, דער דאמבראווער רב.
רבנות
רבי שלום איז געווען גלאגאווער רבי אין ריישא.
הסתלקות
רבי שלום איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרפ"ד.
פאמיליע
מאנטאג י"ב איירה'תרכ"א - אין עלטער פון פינף יאר - איז רבי שלום געווארן פארלויבט אין נאכהער געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון רבי שמחה שפירא פון לאנצהוט. זייערע קינדער:
- מרת טויבא חוה ( - ה'תש"ל), די ווייב פון הרב אברהם דוד רובין (ה'תרמ"ז - ה'תשכ"ג) לאנצהוטער רב אין קראון הייטס.
- מרת מירל גאלא. די ווייב פון הרבחיים משה האלבערשטאם פון קראון הייטס.
- מרת פייגא רחל. די ווייב פון הרב משה קארניצער.
- מרת רבקה הענטשע
- מרת חנה מינדל
- הרב שמחה אליעזר רובין, ער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון רבי יצחק הורוויץ פון מעליץ.
- נפתלי שמואל, מאיר, רעכיל, אברהם דוד
- הרב שלום רובין
- הרב מנחם מענדל רובין.
- הרב אלעזר רובין הי"ד.
- הרב שמחה רובין פון ניו יארק.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!