רוי:רבי שלום רובין

ווערסיע פון 22:51, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")

רבי שלום רובין (כ"ו אלול ה'תרט"ז - ה'תרפ"ד), פון ריישא.

אפשטאם

רבי שלום איז געבוירן ערב שבת קודש כ"ו אלול ה'תרט"ז, צו זיין פאטער פון רבי מאיר רובין, פון גלוגוב, א זון פון רבי

מנחם מענדל רובין פון גלוגוב, (אן איידעם פון רבי מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון רבי יוסף אונגאר, א זון פון מרדכי דוד אונגאר, דער דאמבראווער רב.

רבנות

רבי שלום איז געווען גלאגאווער רבי אין ריישא.

הסתלקות

רבי שלום איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרפ"ד.

פאמיליע

מאנטאג י"ב איירה'תרכ"א - אין עלטער פון פינף יאר - איז רבי שלום געווארן פארלויבט אין נאכהער געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון רבי שמחה שפירא פון לאנצהוט. זייערע קינדער:

  • מרת מירל גאלא. די ווייב פון הרבחיים משה האלבערשטאם פון קראון הייטס.
  • מרת פייגא רחל. די ווייב פון הרב משה קארניצער.
  • מרת רבקה הענטשע
  • מרת חנה מינדל
  • הרב שמחה אליעזר רובין, ער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון רבי יצחק הורוויץ פון מעליץ.
  • נפתלי שמואל, מאיר, רעכיל, אברהם דוד
  • הרב שלום רובין
  • הרב מנחם מענדל רובין.
  • הרב אלעזר רובין הי"ד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!