רוי:עשרה בטבת

ווערסיע פון 21:07, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")

עשׂרה בטבת איז א יידישער פאסט-טאג. כּלל ישׂראל פירן זיך אין דעם טאג צו פאַסטן פון עלות השחר ביז צאת הכּוכבים (אַרום 12 שטונדן). עשרה בטבת קען געפאלן זונטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג און פרייטאג.

שטאַמונג

‫פאַרוואָס פאַסט מען? ווייל יאָר ג'קע"ז (־588) האָט נבוכדנאצר דער קעניג פון בבל באַלאַגערט די שטאָט ירושלים, ווי עס שטייט אין: וַיְהִי בִשְׁנַת הַתְּשִׁיעִית לְמָלְכוֹ בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי בֶּעָשׂוֹר לַחֹדֶשׁ בָּא נְבֻכַדְנֶאצַּר מֶלֶךְ-בָּבֶל הוּא וְכָל-חֵילוֹ עַל-יְרוּשָׁלִַם וַיִּחַן עָלֶיהָ וַיִּבְנוּ עָלֶיהָ דָּיֵק סָבִיב מלכים ב' (פרק כ"ה) . ‫און אין ירמיה ותבוא העיר במצור… ויחזק הרעב בעיר. ירמיה


שטייט אין זכריה: כה אמר יהוה צבאות, צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יהודה לששון ולשמחה, ולמועדים, טובים; והאמת והשלום, אהבו. זכריה

און עס ווערט געבריינגט אין תוספתא צום העשירי זה עשרה בטבת - יום שבו סמך מלך בבל את ידו על ירושלים תוספתא .

הלכות

אזוי ווי שבעה עשר בתמוז און צום גדליה, די אנדערע פאסטטעג אויפן חורבן, איז אסור עשרה בטבת נאר עסן און טרינקען, אנדערש ווי תשעה באב ווען ס'איז נוהג נאך איסורים. עשרה בטבת פאסט מען פון עלות השחר ביז נאכט; אין צפון האלב־קיילעך געפאלט דער תענית אינמיטן ווינטער, במילא איז עס א קורצער תענית. כאטש מען מעג עסן און טרינקען ביז עלות השחר, אבער ווען איינער האט זיך געלייגט שלאפן און ער שטייט אויף פארטאגס, טאר ער שוין נישט עסן, סיידן ווען ער האט געמאכט א תנאי פארן שלאפן. טרינקען מעג מען אבער יא, אויב ער איז געוואוינט צו טרינקען אינדערפרי.

ביים דאווענען זאגט מען סליחות אין שחרית און מען ליינט אין דער תורה ויחל סיי שחרית און סיי מנחה. טייל ערטער זאגט מען אויך אבינו מלכנו.

פרייטאג און שבת

לויטן היינטיגן יידישן קאלענדאר, איז עשרה בטבת דער איינציגער תענית וואס קען געפאלן פרייטאג, א זאך וואס פאסירט נאר אמאל אין עטליכע יארן. אין אזא פאל, זענען דא דעות צווישן די תנאים[1] און אין ראשונים[2] אז מען זאל אויספאסטן א ביסל פאר שבת, כדי מ'זאל נישט אריינקומען אין שבת אויסגעהונגערט - "שלא יכנס לשבת כשהוא מעונה". אבער הלכה למעשה ווערט געפסקנט אין שלחן ערוך אז מען ענדיגט דעם תענית מיט נאכט.[3] נאך א שמועס איז דא לגבי דעם סדר פון מנחה ווען עשרה בטבת געפאלט פרייטאג; דער מנהג איז אז מען ליינט פרשת "ויחל" אזוי ווי יעדן תענית, אבער קיין תחנון זאגט מען נישט אזוי ווי יעדן פרייטאג פון א גאנץ יאר[4], דעריבער פרייטאג זאגט מען אויך נישט קיין אבינו מלכנו, וואס גייט צוזאמען מיט תחנון אין פאסט טעג.[5]

לויטן היינטיגן קאלענדאר, קען י' טבת קיינמאל נישט געפאלן שבת . טראץ דעם, שרייבט דער אבודרהם אז, אנדערש ווי אלע דרבָנָנדיגע תעניתים, ווען עשרה בטבת וואלט געפאלן שבת, וואלט דער תענית דוחה געווען שבת און נישט אפגעשטופט אויף אן אנדער טאג. דער אבודרהם שרייבט דער מקור פאר דעם איז א פסוק יחזקאל וואו עס שטייט וועגן עשרה בטבת דער לשון "עצם היום הזה",[6] אזוי ווי די תורה שרייבט אויף יום כיפור, וואס איז דוחה שבת.[7] אבער רבי יוסף קארו אין בית יוסף שרייבט אויפן אבודרהם: "לא ידעתי מניין לו זה" "כ'ווייס נישט פון וואנעט ער נעמט דאס".[8]

היינט

רבנות הראשית לישׂראל האָבן מתקן געווען זאָל זיין דעם טאָג אויך אַ יום הקדיש הכּללי, אַז די וואָס האָבן פאַרלאָרן ביי די לאַגער קרובי משפּחה, און זיי ווייסן נישט גענוי וועלכער טאָג זענען זיי אַוועק. זאָלן זיי אין דעם טאָג זאָגן פאַר זיי קדיש.

רעפערענצן

  1. עירובין מא, א
  2. עובדיה יוסף, שו"ת יחווה דעת, חלק א, סימן פ
  3. הגהת הרמ"א אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רמ"ט, סעיף ד'; הרב עובדיה יוסף, שו"ת יביע אומר, חלק ו, אורח חיים סימן לא
  4. רבי יוסף קארו, בית יוסף, אורח חיים, סימן תקנ
  5. ערוך השלחן, אורח חיים, סימן תקנ, סעיף ב
  6. מוסטער:יחזקאל
  7. אבודרהם, סדר תפילת התעניות
  8. רבי יוסף קארו, בית יוסף, אורח חיים, סימן תקנ

מוסטער:ייִדישע חגים

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!