רוי:סיגוט

ווערסיע פון 20:26, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
סיגוט
Sighetu Marmaţiei
Sighet synagogue.JPG
א שול אין סיגעט
מדינה / טעריטאָריע Flag of Romania.svg רומעניע
קאָאָרדינאַטן 47°55′43″N 23°53′33″E / 47.92861°N 23.89250°E / 47.92861; 23.89250 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

 ‑ אין שטאָט

{{{2}}}‏

סיגעט (רומעניש: Sighetu Marmaţiei, אוקראיניש: Сигіт, אונגאַריש: Máramarossziget) איז א שטאט אין מארמאראש, צפון זיבנבערגן, היינט אין מאראמאראשער קאנט. (דאס ווארט סיגעט Sziget איז טייטש אינזל אויף אונגאריש.) זי איז געווען אונטער דער הערשאפט פון עסטרייך־אונגארן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאכהער איז זי אריבער צו רומעניע, און אין יאר 1940 איז זי אריבערגעפירט צו אונגארן. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי צוריק צו רומענישער הערשאפט.

געאגראפיע

סיגעט איז נישט ווייט פון ספינקא.


דעמאגראפיע

די שטאט האט 44,185 איינוואוינער.[1]

לויטן 1910 צענזוס, האט די שטאט געהאַט 21,370 איינוואוינער; זיי זענען געווען 17,542 (82.1%) אונגאריש רעדער, 2,002 (9.4%) רומעניש, 1,257 (5.9%) דייטשיש, און 32 אוקרייניש רעדער. די צאל אידן איז געווען 7981 (37%); זיי זענען גערעכנט צווישן די אונגאריש און דייטשיש רעדערס.[2]

אידן אין סיגעט

כאטש אידן זענען שוין געווען אין דעם זיבנבערגן פראווינץ זייט דעם יאר 1571, האבן אידישע משפחות נישט געקומען קיין סיגעט ביזן 18טן יארהונדערט. א צענזוס אין 1728 ציילט נאר 4 אידישע משפחות אין דער שטאט. נאר אין יאר 1740 זענען געווען גענוג משפחות אין דער שטאט צו האבן א מניין קבוע. אין 1787 איז די באַפעלקערונג געווען 3,495, צווישן זיי 142 אידן.

אין יאר 1772, ווען מען האט צעטיילט פוילן, זענען געקומען קיין סיגעט אידן פון גאליציע און אין 1807 האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שול אין דער שטאט. אין 1828 זענען די אידן שוין געווען 11% פון דער באפעלקערונג.

אין צווייטן העפט פונעם 19טן יארהונדערט איז די צאל אידן געווען 7,981. נאך דעם איז די צאל געשטיגן ביז 10,609 וואס איז 38% אין יאר 1930. לויט דער ענציקלאפעדיע יודייקא, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, איז די צאל אידן אין סיגעט געווען די העכסטע פון אלע אונגארישע שטעט - 10,144 - 39% רוב פון זיי חרדים.[3]

רבנים פון דער שטאט

  רבנים פון סיגעט

סיגעט איז געווען א גרויסער אידישער צענטער, און חשובע רבנים האבן געדינט דארט אלס אב"ד, מיט אן איינפלוס גאנץ ווייט פון דער שטאט.

רעפערענצן

  • ספר מארמארוש
  1. 2002 צענזוס דאטן
  2. Atlas and Gazetteer of Historic Hungary 1914, Talma Kiadó ISBN 963-85683-4-8
  3. מקור: וויוויאן קאהן און ספר סיגעט


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!