רוי:הורדוס פון כאלקיס

ווערסיע פון 10:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

הורדוס בן אַריסטובוּלוס (15 פאַר דער נײַער צײַטרעכענוג – 48 פון דער נײַער צײַטרעכענונג) איז געווען אַ מלך פון כאַלקיס, אַ קליינע מלוכה אויפן דרום-מזרח פון איצטיקן לבנון.

הורדוס בן אריסטובוּלוס איז געבוירן געוואָרן אין יהודה. זײַן פאָטער אַריסטובוּלוס איז געווען אַ זון פון דעם מלך הורדוס דעם גרויסן און פון זײַן ווײַב מרים די חשמונישע. זײַן מוטער בערניקי איז געווען די טאָכטער פון הורדוס דעם גרויסנס שוועסטער שלומית און איר מאַן דעם גובערנאַטאָר פון אדום קוסטובר.

אינעם יאָר 7 פאַר דער נײַער צײַטרעכענונג האָט הודרוס פאַרלאָרן זײַן פאָטער אַריסטובוּלוס, וועלכער איז הינגערריכט געוואָרן לויט אַ באַפעל פונעם מלך הורדוס דעם גרויסן. אינעם יאָר 5 פאַר דער נײַער צײַטרעכענונג איז בריניקי מיט אירע זין אגריפּס און הורדוס אַריבערגעפאָרן קיין רוים. הורדוס איז אויסגעוואַקסן בײַם הויף פונעם רוימישן קיסר.

אין 41 האָט דער רוימישער קיסר קלאַודיוּס איבערגעגעבן אונטער דער מאַכט פון הורדוס בן אַריסטובוּלוס די קעניגרײַך פון כאַלקיס, וועלכע האָט געהאַט אַ געמישטע (גוייִשע און ייִדישע) באַפעלקערונג. צוזאַמען מיט זײַן ברודער אַגריפס דעם ערשטן, וועלכער איז געוואָרן דער מלך פון יהודה, האָט הורדוס בן אַריסטובוּלוס זיך דערשלאָגן פונעם אימפּעראַטאָר קלאַודויוּס אַרויסגעבן אַ געזעץ, וועלכער האָט גאַראַנטירט רעכט און ייִדן אויסער די גרענעצן פון ארץ-ישראל.

אין 44 איז געשטאָרן דער מלך אַגריפּס דער ערשטער און זײַן קעניגרײַך איז געוואָרן אַ פּראָווינץ פון דער רוימישער אימפּעריע. דאַן האָט הורדוס בן אַריסטובוּלוס באַקומען די אחריות פאַרן פירן דעם בית-המקדש אין ירושלים און פאַרן באַשטעטיקן כהנים-גדולים.

זײַן ערשטע ווײַב איז געווען זײַן שוועסטערקינד מרים, וועלכע האָט אים געבאָרן אַ זון מיטן נאָמען אַריסטובוּלוס. נאָך איר פטירה האָט ער גענומען פאַר אַ ווײַב זײַן פּלימעניצע בערניקי, וועלכע האָט געבאָרן צוויי זין – בערניקיוס און הורקנוס.

הורדוס בן אַריסטובולוס איז געשטאָרבן אין 48. די קעניגרײַך פון כאַלקיס האָט געירשנט זײַן פּלימעניק אַגריפּס דער צווייטער. אין 53 איז אַגריפּס דער צווייטער געוואָרן דער מלך פון יהודה און דער מלך פון כאַלקיס איז געוואָרן דער בכור פון הורדוסן אַריסטובולוס.



וועבלינקען