רוי:וויזשניץ, אוקראינע
|
וויזשניץ (אוקראיניש: Вижниця, רוסיש: Вижница, דייטש: Wischnitza, רומעניש: Vijniţa) איז א שטעטל וואס געפינט זיך אויף דעם ברעג פונעם טשערעמאש טייך אין דער טשערנאוויצער גובערניע אין מערב אוקראינע, אנפאנג פון דער קארפאטן בארגקייט. די באפעלקערונג פונעם שטעטל רעכנט אויס ארום 4,920 באוואוינער. פון דער בליענדער אידישער געמיינדע פון דעם שטעטל וואס האט געציילט טויזנטער מענטשן פאר דער צווייטער וועלט קריג, זענען געבליבן דארט היינט צו טאגס געציילטע עלטערע אידן.
דאס שטעטל איז בארומט געווארן ארום דער אידישער וועלט א דאנק דעם וויזשניצער הויף וואס איז געגרינדעט געווארן דארט און האט עקזיסטירט דארט אומגעפער 70 יאר.
פערזענליכקייטן
- מנחם מענדיל האגער, גרינדער פון וויזשניצער חסידות.
נאנטע שטעט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!