דרעפט:נעגל וואסער
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
נעגל וואסער (אדער נטילת ידים שחרית - "וואשן הענט אינדערפרי") איז א תקנת חז"ל, לויט וואס א מענטש וואס ערוועקט זיך פון שלאף אינדערפרי איז מחויב צו וואשן די הענט, און מען זאגט דערויף א ברכה. דאס וואסער ווערט ארויסגעגאסן פון א כלי דריי מאל, בסירוגין, איבער יעדע האנט.
די טעם פאַר דעם וואַשן זענען פארשידענע: צו באַזייטיגן אַ בייזן גייסט פון די פינגער, אָדער אלס הכנה צו שחרית, אָדער צו מאַכן די הענט פיזיש ריין איידער מאכן ברכות און לערנען תורה. דאס ווערט געטאן ביים זיך ערוועקן פון אַ גאַנצע נאַכט'ס שלאָף, אָדער אפילו נאָך אַ לאַנגע דרימל.
מקור און גדר
ווען א מענטש ערוועקט זיך פון שלאף - אינעם סדר ברכות השחר וואס די חכמים האבן מתקן געווען אויפ'ן סדר העולם און זיין הנהגה[1] - שטייט אין גמרא אז ווען מען וואשט זיך די הענט, מאכט מען א ברכה: "ברוך אתה ה’ אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על נטילת ידים"[2]. דריי טעמים האבן די גאונים און ראשונים געגעבן אויף די נטילה: א) די חכמים האבן מתקן געווען נטילת ידים אינדערפרי, ווייל א רוח הטומאה אוט אויף די הענט[3], און מען וואשט זיך די הענט נישט געשעדיגט צו ווערן[4]. און אזוי זעט מען אין אן אנדער פלאץ אין א ברייתא - לויט טייל גירסאות - אז בת חורין איז מקפיד ביז מען וואשט זיך די הענט דריי מאל[5], און די ראשונים זענען מסביר אז דאס איז די בייזע גייסט וואס רוט אויף די הענט פאר'ן וואשן[6]. אין אן אנדערע ברייתא זעט מען: יד לעין תיקצץ וכו'[7], און די ראשונים זענען מסביר אז דאס מיינט צופרי, איידער'ן וואשן די הענט[8], אז ס'איז ענדערש פאר'ן האנט צו ווערן אפגעשניטן[9], און זי זאל מער נישט אנרירן דעם אויג פאר'ן וואשן[10], ווייל א רוח רעה רוט אויף די הענט און מאכט בלינד די אויגן[909]. און אזוי שטייט אין מדרש, אינעם טעם אז עס איז אסור צו וואשן די הענט אינדערפרי דורך א צווייטער וואס האט זיך נישט געוואשן[910], ווייל א רוח הטומאה רוט אין די הענט[911]. און אזוי איז אין זוהר, אז ס'איז נישטא קיין מענטש אויף דער וועלט וואס איז נישט טועם א טעם מיתה ביים שלאפן און א רוח הטומאה רוט אויף יענער קערפער - אויב איז ער א איד[912] - ווייל די הייליגע נשמה טוט זיך אפ פונעם מענטש און גייט ארויס פון אים[913], און דעריבער רוט א גייסט פון טומאה אויף יענער קערפער און ער ווערט טמא, און ווען די נשמה קערט זיך אום צום גוף גייט אוועק יענע זוהמה, אויסער פונעם מענטש'נס הענט, און זי רוט אויף זיי ביז ער וואשט זיי[914]. די אחרונים זענען מסביר אז די טומאה וויל און גארט זיך צו אנקלעבן אינעם איד אים צו פארזינדיגן, אבער ווי לאנג דער מענט איז אויף און זיין גייסט און נשמה איז אין אים, קען עס זיך נישט אזוי שטארק אנקלעבן, נאר אויב ער טוט אינגאנצן אפ פון זיך דעם יראת ה', אבער בשעת'ן שלאפן וואס די רוח און נשמה טוען זיך אפ פונעם מענטש און עס בלייבט נאר דער לעבעדיגער זעל, דאן רוט אויף אים א רוח הטומאה, און ווען ער ערוועקט זיך און זיין נשמה קערט זיך צוריק, דאן טוט דער טמא'נער גייסט אוועקגיין געצווינגענערהייט, נאר אויף די פינגער וואס זענען די די עקן פונעם קערפער, פון דארט גייט זי נישט אוועק נאר דורך זיך וואשן[915]. אויך זענען דא גאונים און ראשונים וואס זענען מפרש די ברייתא אז א פרוי מעג אפשווענקן איר איין האנט מיט וואסער - אין יום הכיפורים, וואס עס איז אסור זיך צו וואשן[916] - און געבן פאר'ן קינד ברויט, און זי דארף נישט חושש זיין[917], און די גמרא איז מסביר אז מ'האט איר מתיר געווען דעם שווענקונג צוליב "שיבתא"[918], וואס איז א רוח רעה וואס רוט אויף די הענט אין די נעכט[919], ביז מ'וואשט זיי נישט אינדערפרי[920]. חוץ דעם וואס מען וואשט זיך די הענט וועגן דער רוח רעה אז מ'זאל נישט געשעדיגט ווערן, שרייבן די אחרונים אז דאס איז אויך א הכנה צום דאווענען, וואס כאטש סתם הענט זענען כשר פאר א ברכה - פאר די וואס האלטן אזוי[921] - וויבאלד א רוח רעה רוט אויף די הענט, איז עס נישט קיין היכון - וואס דאס איז די טעם פון זיך וואשן פאר'ן דאווענען, פאר די וואס האלטן אזוי[922] - און מ'דארף נטילת ידים צוליב'ן כבוד פון דאווענען און איר הייליגקייט[923].
רעפערענצן
- ↑ טור, אורח חיים, סימן מ"ו
- ↑ ברכות ס, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק ז', הלכה ד'; טוש"ע או"ח ד א.
- ↑ עי' ס' חסידים (מרגליות) סי' קנה; רוקח סי' שסג: עיקרה משום שיבתא (עי' ציון 1049); כ"מ ממרדכי ברכות רמז רב: רוח רעה; עי' א"ח הל' נט"י סי' יא: בת מלך (עי' שבת קט ב).
- ↑ עי' ס' חסידים שם.
- ↑ ר' נתן בברייתא בשבת קט א, לגירסתנו.
- ↑ רש"י שם ד"ה בת חורין.
- ↑ עי' ציון 974 ואילך. ר' מונא בשם ר' יהודה בברייתא בשבת קח ב.
- ↑ רש"י שם ד"ה יד לעין; ר"י מלוניל שם קט א (לח ב).
- ↑ רש"י שם קח ב ד"ה תיקצץ הא'; ר"י מלוניל שם.
- ↑ רש"י שם קח ב ד"ה תיקצץ הב'.