מוסטער:לבריאה יארן
די יארן ווערן דא גערעכנט לויט'ן ציילונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם. אין ספר סדר הדורות און אויף אסאך אנדערע פלעצער ווערן די יארן גערעכנט אנדערש, אנגעהויבן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן שנת תוהו, האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די שיטה, דארף מען אראפרעכענען איין יאר פון חשבון.