רוי:שמחה אייכנשטיין

ווערסיע פון 21:30, 22 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וועבלינקען" ב־"לינקס")

שמחה אייכנשטיין (געבוירן אויגוסט 1983) איז א חסידישער אינגערמאן, אן עסקן און פאליטיקאנט וועלכער דינט אלס אן אסעמבלימאן אינעם ניו יארקער אסעמבלי, פאר דער דעמאקראטישער פארטיי.

ביאגראפיע

שמחה אייכנשטיין איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין בארא פארק צו א חסידישער רבי'שער פאמיליע. ער האט געלערנט אין די באבאווער מוסדות.

ער איז חתונה געהאט, און א טאטע פון פיר קינדערלעך.

ביי דער לוי קלעצקי פרשה האט ער געשפילט א ראלע מיט'ן העלפן כאפן דעם פארברעכער.

פאליטישע קאריערע

דעם ערשטן טריט אויף דעם פאליטישן לייטער איז געווען אלס געהילף פארן בארא פארקער לאביאיסט עזרא פרידלענדער; וואו ער האט אנגעקניפט באקאנטשאפט מיט פיל פאליטיקאנטן. זיין ערשטע אפיציעלע פאזיציע איז געווען אלס געהילף פאר דעם ניו יארק סטעיט קאמפאטראלער טאמעס דינאפאלי.

דערנאך האט ער געדינט אלס געהילף פאר ניו יארק סיטי מעיאר ביל די בלאזיא.

ווען דוב הייקינד האט אפגעטרעטן פון זיין פאזיציע אלס אסעמבלימאן האט שמחה געלאפן פאר דער פאזיציע, אן קיין קעגנער. ער איז דאן געווארן איינגעשוואוירן אלס דער ערשטער חסידישער אסעמבלימאן אין ניו יארק שטאַט.

דרויסנדע לינקס

א שמועס מיט המודיע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!