רוי:רבי שמואל בירנבוים

ווערסיע פון 15:50, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
רבי שמואל בירנבוים
געבורט אדר ה'תר"פ
טויט כ"ח טבת ה'תשס"ח (אלט: 87)
אמטן ראש ישיבה

הרב שמואל בירנבוים (אדר ה'תר"פ-כ"ח טבת ה'תשס"ח)[1] איז געווען דער ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה אין ברוקלין.

היסטאריע

שמואל בירנבוים איז געבוירן אין קנישין, פוילן אין תר"פ, און האט געלערנט אין דער "אהל תורה" ישיבה אין באראנאוויטש אונטער הרב אלחנן וואסערמאן. נאכער האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה. ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער געפארן צוזאמען מיט דער ישיבה קיין ווילנע (היינט אין ליטע), וואו זיי זענען געבליבן דריי וואכן ביז זיי האבן באקומען וויזעס צו פארן אין אויסלאנד. ווען זיי האבן באקומען וויזעס צו עמיגרירן קיין קוראסאא, א האלענדישער פראטעקטאראט אין די קאראיבישע, האט דער יאפאנישער קאנסול אין קאוונע (טשיאיונע סוגיהארא) זיי געגעבן פאָר וויזעס. די ישיבה איז געפארן אריבער דער איבער-סיביר באן קיין וולאדיוואסטאק, א נסיעה פון צוויי חדשים. פון דארטן זענען זיי ווייטערגעפארן קיין קאבע, יאפאן, וואו זיי זענען געבליבן זיבן חדשים ביז די יאפאנישע רעגירונג האט זיי באזעצט אין שאנכיי.

נאכ'ן קריג איז הרב בירנבוים געפארן מיט די שארית הפליטה פון דער ישיבה אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו זיי האבן זיך באזעצט אין ברוקלין. דארט האט ער חתונה געהאט מיט דער עלצטער טאכטער פונעם ראש ישיבה הרב אברהם קלמנאוויץ.

נאך זיין שווער'ס פטירה אין ה'תשי"ב איז ער געווארן ראש ישיבה צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב שרגא משה קלמנאוויץ. אין די פאלגנדע 56 יאר האט ער געהאט טויזנטע תלמידים. ער איז געווען א גרויסער מתמיד, ער איז געזעסן דעם גאנצן טאג אין בית מדרש רעדנדיג אין לערנען מיט די בחורים.

זיין פטירה

כ"ח טבת ה'תשס"ח איז ער נפטר געווארן ביי זיך אין שטוב, נאך א קראנקייט פון יענער מחלה. ביי זיין לויה אין ניו יארק כ"ט טבת האט אים מלווה געווען טויזנטער.[2] מ'האט אים געפירט קיין ארץ ישראל וואו ער האט געהאט א לויה פון צען טויזנט מענטשן דעם נעקסטן טאג, ר"ח שבט. ער ליגט אין דעם סנהדריה בית עלמין, ירושלים, לעבן זיינע צוויי זין (איינער איז געהרגעט געווארן אלס בחור, דער צווייטער, ר' לייבל איז אוועק נאך א קראנקייט).

ער האט איבערגעלאזט פינעף זין— אשר דב, מאיר שמעון, אלחנן, אברהם און ישראל—און דריי איידעמעס—הערשל קאמינצקי, אליהו מאיר סאראצקין און ראובן שעפאנסקי.[3]

רעפערענצן

  1. יארק טיימס הספד שרייבט אז ער איז געווען אלט 87 יאר.
  2. http://ap.google.com/article/ALeqM5iqj7olbO4ZcsoADMSAW68kvfywxQD8U195HO1
  3. המודיע 491 (ג' שבט תשס"ח) (ענגליש)


דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!