רבי יחזקאל פאנעט זצ"ל (ה'תקמ"ג - כ' ניסן ה'תר"ה) רב פון קארלסבורג און באקאנט אלס דער מראה יחזקאל איז געווען דער גרינדער פון דעעשער חסידות.

אפשטאם

רבי יחזקאל איז געבוירן געווארן תקמ"ג אין דער שטאט ביליץ, שלעזיע, אין יאר ה'תקמ"ג, צו זיין פאטער הרב יוסף, א גרויסער תלמוד חכם און עושר. און צו זיין מוטער מרת בריינדיל.

יוגנט

רבי יחזקאל האט געלערנט אין לייפניק ביי רבי ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם. שפעטער האט ער געלערנט אין פראג ביי רבי יהודה לייב פישעלס, רבי שמואל לאנדא און ביי רבי אלעזר פלעקלעס.

נאך זיין חתונה האט רבי יחזקאל געלערנט אין לינסקער קלויז ביים דארטיגן רב, רבי מנחם מענדל ראבין (דער פאטער פון ראפשיצער רב).

רבי יחזקאל איז געפארן און האט געשעפט חסידות פון די גרויסע רבי'ס אין זיין צייט, פון חוזה פון לובלין, פון קאזשניצער מגיד און נאך, זיין רבי מובהק איז געווען רבי מענדעלע פון רימאנאוו, דארט איז ער אפגעזעצען לענגערע צייטן און פארשריבן די דברי תורה וואס ער האט געהערט פון זיין רבין, וועלכע רבי יחזקאל האט שפעטער אפגעדרוקט מיט דעם נאמען מנחם ציון.

באקאנט איז דער וואונדערליכן בריעף[1] וואס רבי יחזקאל האט געשריבן אין יאר ה'תקס"ה צו זיין פאטער וועלכער איז געווען א קעגנער פון דעם חסידישן שטייגער, וואו רבי יחזקאל טוהט פארציילן און שילדערן דעם אינהאלט און גייסט פון חסידות און אלגעמיין, און ספעציעל פון זיין רבין רבי מענדעלע פון רימאנאוו, וועלכער איז דאמאלס נאך געווען אין פריסטיק. ס'איז באקאנט ביי חסידים אז דער צאנזער רב האט דעם בריעף געליינט מיט הייסע טרערן ל"ד בעומר דער טאג פון די יארצייט פון רבי מענדעלע פון רימאנאוו.

רבנות

אין יאר ה'תקס"ז האט מען אויפגענומען רבי יחזקאל אלס רב אין אוסטריק, גאליציע. אין יאר ה'תקע"ג איז רבי יחזקאל אריבער קיין אונגארן אין געווארן רב אין טערצאל.

אין חודש סיון ה'תקפ"ג איז רבי יחזקאל אויפגענומען געווארן מיט גרויס פאראדע אלס רב אין קארלסבורג, און אלס הויפט רב פון גאנץ זיבנבערגן. דריי און צוואנציג יאר איז רבי יחזקאל געשטאנען אין שפיטץ פון דעם ארטאדאקסישן אידנטום פון זיבנבערגן, וואס ער האט איבער געדרייט פון א יידישן וויסטערניש, צו א הערליכן בליענדיגן יידישן צענטער. רבי יחזקאל איז אימער ארום געפארן אין די שטעטלעך און דערפלעך פון זיבנבערגן און איינגעפירט תקנות, אריין געזעצט רבנים און שוחטים, געבויט מקוואות און בתי מדרשים, און געדרינדערט תלמוד תורות פאר אידישע קינדער.

הסתלקות

רבי יחזקאל איז נפטר געווארן דעם פערטן טאג חול המועד פסח כ' ניסן ה'תר"ה.

פאמיליע

אין יאר ה'תקס"ב האט רבי יחזקאל געהייראט מרת חיה רחל א טאכטער פון הרב משה העניג פון לינסק, גאליציע. זייערע קינדער:

  • הרב יהודה לייביש פאנעט, פון טערצאל, ער האט געהייראט מרת עטיל א טאכטער פון הרב דוד יהודה ראטענבערג, רב אין סענט-פעטער.
  • הרב יצחק משה פאנעט, פון דעעש, ער האט געהייראט מרת בלומא מלכה א טאכטער פון הרב משה אריה, פון טינטאלניק
  • מרת חנטשא, די ווייב פון הרב יוסף אריה לייב כהנא פון סיגעט, אן אייניקעל פון קונטרס הספיקות.
  • מרת שרה, די ווייב פון הרב יהודה כהנא פון סיגעט, אן אייניקעל פון קונטרס הספיקות.
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב אברהם ישראל ראטמאן פון טאלטשאווא.
  • מרת חוה, די ווייב פון הרב יצחק אייזיק כהנא פון מונקאטש, אן אייניקעל פון קונטרס הספיקות.

זיינע ספרים

  • מראה יחזקאל - שו"ת
  • מראה יחזקאל - על התורה

זעט אויך

רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • חכמי טראנסילווניה
  1. שו"ת מראה יחזקאל סי' ק"ד

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!