דער אמעריקאנישע ארמיי לופט-מיליטער (ענ') טעסט-פילאט לייטענאנט מייק האַנטער אין א פלי-אוניפארם, אקטאבער 1942

א פּילאָט אדער אַוויאַטאָר איז א מענטש וואס קאנטראלירט א לופטמאשין אלס א פאך, אין דער מיליטער אדער אלס א האבי. געווענליך באדייט דער טערמין די וואס פליען מאטאר לופטמאשינען ווי עראפלאנען און העליקאפטערס, אבער אויך איינער וואס פליט אנדערע לופטמאשינען ווי אוויאנעטקעס, לופטבאלאנען, לופטשיפן און צעפלינען, און אנדערע לופטמאשינען.

דער טערמין "אַוויאַטאָר" קען שליסן איין נישט נאר דער וואס אפערירט די לופטמאשין, אבער אויך אנדערע מאנשאפט מיטגלידער ווי נאַוויגאַטארן און פלי אינזשענירן און אנדערע ראלעס אין דער אפעראציע, בפרט אין מיליטערישע מיסיעס.

וועבלינקען

  דער ארטיקל בנוגע טראנספארט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!