פעטער איליטש טשייקאווסקי
Tchaikovsky 1906 Evans.PNG
געבורט דאטום 7טן מאי 1840
זשאנער אפערע, באלעט
באשעפטיגונג קאמפאזיטאר

פעטער איליטש טשייקאווסקי (רוסיש: Пётр Ильич Чайкoвский7טן מאי 1840 - 6טן נאוועמבער 1893) איז געווען א רוסישער קאמפאזיטאר פון דער ראמאנטישער תקופה. פון זיינע מערסטע באקאנטע ווערק זענען די 1812 אוווערטור און דער באלעט "שוואן אזערע" און "קנאַקניסל". ער האט פארפאסט 11 אפערעס. ער איז ברייט אנערקענט ווי דער גרעסטער קאמפאזיטאר פון באלעטן.

טשייקאווסקי איז געווארן באאיינפלוסט פון די פאריזער קאמפאזיטארן ווי ביזע און אפנבאך.

יונגע יארן

טשייקאווסקי'ס פאטער איז געווען אן אוקראינער, א מינעריי אינזשעניר. זיין מוטער'ס זיידע איז געווען א פראנצויז וואס האט זיך געצויגן אין רוסלאנד. ווען טשייקאווסקי איז געווען אלט פינף יאָר האט ער אנגעהויבן לערנען שפילן פיאנע, און עס האט נישט לאנג געדויערט ביז ער האט געשפילט בעסער ווי זיין לערער.

  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!