הרב דוב לאנדא
געבורט ז' ניסן תר"ץ (יארגאנג: 94)
טעטיקייט ארט בני ברק
אמטן סלאבאדקער ראש ישיבה
זיינע רביס חזון איש
חיבורים זכר דבר; זכר טוב
בבדיקת אתרוג לסוכות
במצוות כתיבת אות בספר תורה

הרב אפרים דוב לאנדא (געב' ז' ניסן תר"צ, דעם 5טן אפריל 1930) איז איינער פון די ראשי ישיבות פון דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק. ער געהערט צום חוג חזון איש און איז א מיטגליד אין דעם נשיאות פון ועד הישיבות.[1]

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו טוביה יוסף לאנדא, אן אייניקל פונעם סטריקאווער רבי'ן רבי אלימלך מנחם מענדל לאנדא, און זיין ווייב דבורה. ווען ער איז געווען אלט פינף יאר איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיינע עלטערן און זיין שוועסטער גאלדא; אונטערוועגס קיין ארץ ישראל איז געבוירן געווארן זיין שוועסטער רבקה. די משפחה האט זיך באזעצט אין רחובות. ער האט געלערנט אין יישוב החדש, און נאכהער אין פאנעוועזש און אין דער חברונער ישיבה. ער האט געלערנט בחברותא עטליכע מאל מיטן חזון איש, וועמען ער האלט פאר זיין  רבו מובהק.

ער האט געהייראט עדינה, אן אייניקל פון הרב אייזיק שארסלאבאדקער ראש ישיבה אין דער ליטא און שפעטער אין בני ברק, א טאכטער פון זיין זון הרב יוסף, וואס איז אומגעקומען אין דער חורבן אייראפע. נאך זיין חתונה האט מען אים באשטימט א מגיד שיעור אין דער ישיבה. מיט די יארן האבן געזאמלט ארום אים א גרופע תלמידים וואס האלטן אים פאר זייער רב מובהק. אין די אנהייב תש"ם יארן האט מען אים באשטימט א ראש ישיבה.

אין יאר תשמ"ט (1989), ווען די דגל התורה פארטיי האט געוואלט לויפן באזונדער פון אגודת ישראל אין די וואלן פאר דעם בני ברק שטאטראט, האט ער ארויסגעגעבן אין א בריוו זיין מיינונג דערקעגן.

משפחה

זיין איינציגער זון איז הרב יוסי אברהם ישעיהו לאנדא, ראש כולל סלאבאדקע אין בראכפעלד און א מגיד שיעור אין דער סלאבאדקער ישיבה.

זיינע איידעמער זענען: הרב איסר זלמן שווארצמאן - זון פון הרב דוב שווארצמאן און ראש כולל פון עטרת שלמה אין מודיעין עילית, און הרב שמואל בערטלער - אן אייניקל פון  הרב שמואל וויינטרויב און א בורר און דיין חושן משפט אינעם  בית דין פון הרב ניסים קארעליץ.

זיין יונגערער ברודער איז הרב שריה לאנדא, מו"ל ומהדיר. אין א סך פון די ספרים וואס ער האט ארויסגעגעבן דרוקט ער זיין ברודער'ס חידושים, צווישן זיי: קצות החושן, הלכות ריבית, שו"ת מהרי"ט און נאך.

זיין שוועסטער רבקה האט געהייראט הרב אהרן זאקס, ראש ישיבה פון דער סלאבאדקער ישיבה קטנה, און א ברודער פונעם פריערדיגן ראש ישיבה הרב עמרם זאקס.

זיינע ספרים

  • זכר דבר
  • זכר טוב
  • מנחת דבר אויפן ספר מנחת חינוך

זיינע תלמידים

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. ישראל כהן, פרופיל מיוחד: אלו החברים החדשים של 'ועד הישיבות' באתר כיכר השבת. 9טן אקטאבער 2014

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!