רוי:גינע
רעפובליק פון גינע République de Guinée | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: Liberté (פרייהייט) | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | פראנצויזיש | ||||
הויפּטשטאָט | קאנאקרי 9°31′N 13°42′W / 9.517°N 13.700°W | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
אלפא קאנדע מוכאמאד סאיד פאפאנא | ||||
גרינדונג דאַטום |
2טן אקטאבער 1958 (פון פראנקרייך) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
245,857 קוואַדראַט ק"מ 78 נישטיק | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
10,601,009[1](2011) 79 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $10.6 ביליאן[1](2011) (149סט) | ||||
וואַלוטע | גינעאישער פראנק | ||||
צייט זאָנע | UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | gn. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 224+ |
גינע (פראַנצויזיש: Guinée), אפיציעל די רעפובליק פון גינע, איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרעניצט גינע-ביסאו אין צפון־מערב, סענעגאל אין צפון, מאלי אין צפון־מזרח, דעם בארטן פון העלפאנדביין אין מזרח, און ליבעריע און סיערע לעאנע אין דרום. אין דרום־מערב האט זי א בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. זי באדעקט א שטח פון בערך 246,000 קוואדראט ק"מ.
בערך 10 מיליאן מענטשן וואוינען אין גינע. די הויפטשטאט איז קאנאקרי, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. גינע איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.
ראיאנען
גינע ווערט צעטיילט אין זיבן ראיאנען.
עקאנאמיע
גינע האט אסאך נאטורליכע רעסורסן, כולל מער ווי 25% פון דער וועלטס באוואוסטע רעזערוון פון באקסיט. אויך האט גינע דיאמאנטן, גאלד און נאך מעטאלן. אנדערע אינדוסטריעס זענען פאבריקן פאר ביר, פרוכט זאפט, געטראנקען און טאבאק. 80% פון דער ארבעטסקראפט ארבעט אין לאנדווירטשאפט. ווען גינע איז געווען אונטער פראנקרייך האט זי עקספארטירט באנאנען, אנאנאס, קאווע, פיסטאשקעס, און פאלמעס אויל.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור (2011). "גינע". די וועלט פאקטבוך. Retrieved 29סטן מאי.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help); Unknown parameter|accessyear=
ignored (|access-date=
suggested) (help)
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!