המכלול:באריכט א טעות
דער בלאט איז געווידמעט פאר פידבעק איבער די המכלול ארטיקלען און באריכטן איבער טעותים וועלכע געפונען זיך אין זיי.
- צו שרייבן פידבעק אדער צו באריכטן א טעות, גייט אריין אינעם פידבעק פענסטערל אונטער'ן ארטיקל, אדער דרוקט אויף "באריכטן טעותים" אויף די זייטיגע מעניו, נעבן דעם לינק צו אויסדערוועלטע ארטיקלען.
- המכלול איז אן ענציקלאפעדיע וואס יעדער קען רעדאגירן. דעריבער, אויב האט איר זיך אנגעשטויסן אין א טעות איז ראטזאם דאס אליינס צו פאררעכטן דורך דרוקן אויפ'ן רעדאגיר לינק וואס געפונט זיך אין יעדן ארטיקל (פאר מער הסבר: המכלול: ברוכים הבאים).
- אויב אן ארטיקל פעלט, קען מען בעטן עס זאל געשריבן ווערן ביים בלאט בעטן אן ארטיקל אדער דאס אליין שרייבן מיט הילף פונעם אשף הערכים. אויף דעם בלאט וועט מען זיך נישט מטפל זיין מיט באריכטן איבער אינהאלט וואס פעלט, נאר עס וועט אריבערגעפירט ווערן צו די שמועס בלעטער פון די רעלעוואנטע ארטיקלען (אויב רעדט זיך פון ערנסטע פארפעלונג פון אינהאלט, קען מען שטעלן דעם מוסטער {{להשלים}}).
אנווייזונגען פאר די וואס געבן זיך אפ מיט די באריכטן | ||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
זיך אפגעבן מיט א באריכט נעמט אריין עטליכע חלקים:
צו רעאגירן אויפ'ן באריכט אין שמועס בלאט פון ארטיקל, קען מען דרוקן אויפ'ן רעדאגיר לינק נעבן דעם סוב-קעפל "פרטי הדיווח". ביטע מאכט זיכער צוצולייגן אייערע הערותאיבער די באהאלטענע הערה וואס בעט דאס. אויב ערשיינט נישט דער סוב-קעפל "פרטי הדיווח" (למשל ווען דער באריכט באציט זיך צו א בלאט וואס איז נישט אין די ארטיקלען נאמענטייל), שרייבט אייער רעאקציע אויף דעם בלאט. אפדעיטן דעם סטאטוס אויף דעם בלאט ווערט געטון דורך טוישן דעם פאראמעטער "חדש" וואס קומט ארויף אינעם מצב מוסטער ({{מצב|חדש}}) מיט איינס פון די פאלגנדע: די ענדערונג וועט טוישן דעם קאליר און אינהאלט פונעם סטאטוס-קעסטל נעבן דעם באריכט:
דער אחראי אויפ'ן פראיעקט וועט זיך באפאסן מיט די ארטיקלען וועלכע וועלן נישט געלעזט ווערן דורכאויס דעם דיסקוסיע און שטעלן די שמועסן אין ארכיוו. דער דאזיגער בלאט פארמאגט נישט קיין ארכיוו, אלע באריכטן ווערן אריינגעשטעלט אין די ארכיוון פון די שמועס בלעטער פון די רעלעוואנטע ארטיקלען. |
בערגסאז
באהאנדלונג סטאטוס: חדש
רבי אברהם אלטר פאלאק זצ"ל זון פון הרה"ק ר' יוסף מאיר זי"ע האט געצויגן קיין פתח תקווה תש"מ אין נישט קיין ב"ב. שגיאות מי יבין... באריכטעט דורך: אויב מ'קען שרייבן אויס רעכענען די קינדער פון ר' אברהם אלטר זצ"ל 147.236.182.34 14:36, 26 מערץ 2023 (IDT)
- א דאנק פאר'ן תיקון טעות!
עס קען מעגליך נעמען אביסל צייט די אינפארמאציע זאל פארראכטן ווערן, וויבאלד די אקטיווע מכלולאים זענען פארנומען מיט ענינא דיומא און אנדערע זאכן העומדים על הפרק, אבער די גוטע נייעס איז אז איר דארפט נישט ווארטן! המכלול איז אן ענציקלאפעדיע געשריבן דורך יעדן, און ווילאנג איר קומט מיט גוטע כוונות וועלן מיר אייך אלעמאל דאנקבאר זיין. זייט געוואגט, און לייגט אליין צו די דעטאלן וואס איר ווייסט צום ארטיקל.
אויב פלאנט איר ערנסט צו באארבעטן דעם ארטיקל (וואס איז געברענגט געווארן פון יידישע וויקיפעדיע און וועט בעז"ה ווערן ערזעצט בהמשך), נעמט אין באטראכט צו עפענען א פרישע דרעפט און עס שרייבן ריכטיג מן היסוד. א דאנק! — צמא לדעת • שמועס • ד' ניסן ה'תשפ"ג 16:04, 26 מערץ 2023 (IDT)