נחשון בן עמינדב

ווערסיע פון 05:23, 17 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דאס זענען צוויי דעות: לויט מד"ר איז עס געווען א באפעל פון הימל (diffedit))


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ מקום פטירה, צאצאים, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

נחשון בן עמינדב
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות ו, כג;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, ז;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ב, ג;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, יב;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, יד

נַחְשׁוֹן בֶּן עַמִּינָדָב איז געווען דער נשיא פון שבט יהודה, דער ברודער פון אלישבע בת עמינדב (וואס איז געווען חתונה געהאט צו אהרן הכהן), און דער זיידע פון ​​בועז דער מאַן פון רות, וואס פון זיי איז אַרויסגעקומען דוד המלך. ביי יציאת מצרים איז ער געווען דער ערשטער אריינצושפּרינגען אין ים סוף איידער דער ים האט זיך צעשפּאָלטן, און האט דערמיט באוויזן זיין אמונה אין גאט, און איז געווארן א סימבאל פון אריגינאליטעט און פּיאנערשאפט. ער האט מקריב געווען דער ערשטער די קרבנות ביים חנוכת המשכן.

נחשון איז געווען דער פינפטער דור פון יהודה, ער איז געווען דער זון פון עמינדב, זון פון רם, זון פון חצרון, זון פון פרץ, זון פון יהודה.

אין די תורה

נחשון ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין דער תורה ווען אהרן הכהן האט געהייראט אלישבע: "וַיִּקַּח אַהֲרֹן אֶת אֱלִישֶׁבַע בַּת עַמִּינָדָב אֲחוֹת נַחְשׁוֹן לוֹ לְאִשָּׁה" (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות ו, כג)[1]. פון פסוק ווייזט אויס אז ער איז געווען עלטער ווי אהרן[2].

ביי די תקופה אין מדבר האָט נחשון געדינט אַלס נשיא פון שבט יהודה, און איז געווען דער ערשטער פון די נשיאים וואָס האָט מקריב געווען די קרבנות הנשיאים, אין טאג פון חנוכת המשכן, א' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט)[3].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר איז נחשון געגאנגען דער ערשטער און געפירט זיין שבט פאראויס פון אנדערע[4]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט ווי די הימל, און א לייב געצייכנט דערויף[5].

אין די שפעטערדיגע יארן ווערט נחשון נישט דערמאנט. לויט חז"ל איז ער נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים[6]. לויט עטליכע מקורות איז דאס געווען אין קברות התאוה[7]; אנדערע האבן אבער אנגענומען אז נחשון, ווי די אנדערע נשיאים, איז געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע זענען פארברענט געווארן ווען זיי האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[8].

אין חז"ל

לויט רבי יהודה איז נחשון אריינגעשפרינגען אין ים דער ערשטער ביי קריעת ים סוף, ווי עס ווערט געברענגט אין מכילתא:

כיון שעמדו שבטים על הים, זה אומר "אין אני יורד תחלה לים", וזה אומר "אין אני יורד תחלה לים" … מתוך שהיו עומדין ונוטלין עצה, קפץ נחשון בן עמינדב ונפל לים, עליו הכתוב אומר, "הוֹשִׁיעֵנִי אֱלֹקִים כִּי בָאוּ מַיִם עַד נָפֶשׁ", ואומר: "טָבַעְתִּי בִּיוֵן מְצוּלָה וְאֵין מָעֳמָד, בָּאתִי בְמַעֲמַקֵּי מַיִם וְשִׁבֹּלֶת שְׁטָפָתְנִי." ואומר: "אַל תִּשְׁטְפֵנִי שִׁבֹּלֶת מַיִם, וְאַל תִּבְלָעֵנִי מְצוּלָה, וְאַל תֶּאְטַר עָלַי בְּאֵר פִּיהָ.", מיד אמר המקום למשה: "ידידי טובע בים, והים סוגר ושונא רודף, ואתה עומד ומרבה בתפלה!" אמר לפניו: "רבונו של עולם, ומה בידי לעשות?", אמר לו: "וְאַתָּה הָרֵם אֶת מַטְּךָ!". ומה אמרו משה וישראל על הים? "ה' יִמְלֹךְ לְעֹלָם וָעֶד!", אמר המקום: "מי שהמליכני תחלה על הים, אעשהו מלך על ישראל" … אמר להם רבי טרפון … לפיכך זכה [יהודה] למלכות, שנאמר בְּצֵאת יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם, בֵּית יַעֲקֹב מֵעַם לֹעֵז, הָיְתָה יְהוּדָה לְקָדְשׁוֹ", לכך "יִשְׂרָאֵל מַמְשְׁלוֹתָיו", אמר להם הקדוש ברוך הוא: מי שקדש שמי על הים, יבא וימשול על ישראל.

אין מעשה נסים אויף הגדה של פסח, שרייבט רבי יעקב פון ליסא, אז נחשון בן עמינדב האט זוכה געווען אריינצושפרינגען ערשט אין וואסער און אז דער ים זאל זיך שפאלטן, א דאנק די גבורת הנפש פון זיין באבע תמר[10].

חז"ל דערמאנען אז ער איז געווען ווי א מלך צווישן די אנדערע נשיאים[11]. נחשון איז געווען אן "אוהב שלום ורודף שלום", ווי זיין שוואגער אהרן הכהן[12].

זיין שכר

מיט זיין אריינגעשפרינגען דער ערשטער אין ים סוף האט ער זיך פארדינט פיל שכר:

  • זיין נאמען נחשון איז אויף דעם וואס ער איז דער ערשטער אריינגעשפרינגען אין די 'נחשולי הים'[13][14]
  • די מלוכה איז געקומען צו שבט יהודה[15].
  • ס'זענען ארויס פון אים: דוד המלך, מלך המשיח, דניאל, חנניה מישאל ועזריה[16].
  • טראץ וואס יהודה איז נישט געווען דער בכור פון די שבטים, האט נחשון בן עמינדב, דער נשיא פון שבט יהודה, מקריב געווען דער ערשטער ביי די קרבנות הנשיאים[14]. לויט אנדערע האבן די נשיאים אליין אויסגעוועלט אז נחשון זאל מקריב זיין דער ערשטער, צוליב זיין קידוש השם[17].
  • משה רבנו האט אים ערוועלט צו זיין איינער פון די שבעים זקנים[18].

קינדער

זיינע זין זענען געווען שלמון, אלימלך, פלוני אלמוני, און דער טאטע פון נעמי[19]. פון שלמון'ס קינדער איז ארויס דוד המלך און נאך אים די גאנצע מלוכה דינאסטיע.

אין סוף מגילת רות[20] איז באשריבן דער סדר היחס פון נחשון ביז דוד המלך:

וְאֵלֶּה תּוֹלְדוֹת פָּרֶץ, פֶּרֶץ הוֹלִיד אֶת חֶצְרוֹן. וְחֶצְרוֹן הוֹלִיד אֶת רָם, וְרָם הוֹלִיד אֶת עַמִּינָדָב. וְעַמִּינָדָב הוֹלִיד אֶת נַחְשׁוֹן, וְנַחְשׁוֹן הוֹלִיד אֶת שַׂלְמָה. וְשַׂלְמוֹן הוֹלִיד אֶת בֹּעַז, וּבֹעַז הוֹלִיד אֶת עוֹבֵד. וְעֹבֵד הוֹלִיד אֶת יִשָׁי, וְיִשַׁי הוֹלִיד אֶת דָּוִד.

סימבאָליזם

נחשון בן עמינדב איז געווארן א סימבאל פון נאטירליכע השתדלות וואס דער מענטש מוז מאכן אלס א וועג צו באקומען הילף פון גאט, אנשטאט צו זיצן מיט פארלייגטע הענט און ווארטן אויף א נס, אזויווי נחשון איז אריינגעשפרינגען אין ים סוף אפילו בעפאר עס האט זיך צעשפאלטן, און ערשט נאכדעם וואס ער האט דערגרייכט א טיפעניש אז דאס וואסער האט אים דערגרייכט ביזן האלז, האט זיך דער ים געשפאלטן, ווי אויך סימבאליזירט ער אָריגינעלקייט און מוט.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. די סיבה צוליב וואס אלישבע ווערט אויך דערמאנט אלס שוועסטער פון נחשון איז צו אונז לערנען אז איינער וואס הייראט א פרוי, זאל קודם איבערקוקן ווער זענען אירע ברודער. רש"י אויפן ארט. זעט אויך אבן עזרא אויפ'ן ארט, אז דערפאר האט אהרן באקומען די כהונה און נישט משה, ווייל זיינע קינדער זענען געווען פון די קעניגליכע משפחה פון נחשון
  2. סדר הדורות, שנת ב' אלפים תשפ"ז
  3. במדבר ז, יב
  4. במדבר י, יד
  5. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  6. סדר עולם פרק י"ב. זעט אויך אבן עזרא, רות ד, כ, אז די סברא זאגט אז ער איז נפטר געווארן אין מדבר
  7. ביאור הגר"א אויף סדר עולם פרק י"ב; מי השלוח פרשת בהעלותך; פרי צדיק קדושת השבת מאמר ו'
  8. רבינו בחיי, של"ה און מאור ושמש אויף פרשת קרח
  9. ווערט אויך געברענגט מיט שינויים אין סוטה לו, ב
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".סוטה לז, א; פרקי דרבי אליעזר פרק מב; שכל טוב (באָבער) שמות פרק יד סימן כב
  10. הגדה של פסח (מעשה נסים)/מגיד/תחילת ההלל וכוס שניה
  11. ספרי, פרשת נשא פיסקא מ"ז. זעט אויך העמק דבר, במדבר ז, יב, אז פונקט ווי אין די צייטן פון די תנאים איז "גדול מרבן - שמו", איז נחשון אויך געווען גרעסער ווי דער טיטל "נשיא" מיט וואס די אנדערע נשיאים ווערן באצייכנט
  12. מדרש הגדול, אויף שמות ו,כג
  13. מכילתא בשלח ה
  14. 14.0 14.1 במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה ז'

  15. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".סוטה לז, א; מכילתא בשלח פרשה ה.
  16. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"א
  17. ילקוט שמעוני, במדבר, רמז תשי"ד
  18. ילקוט שמעוני, במדבר, רמז תשל"ו
  19. בבא בתרא צא, א
  20. רות ד, יח–כב


טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער