ביטול חמץ
ביטול חמץ איז די מצוה וואס ווערט אויסגעפירט בעפאר דעם יום טוב פסח, איידער עס גייט אריין אין קראפט די איסורים פון חמץ אום פסח. מדאורייתא, וואלט ביטול אליין געווען גענוג אוועקצונעמען די איסורים פון חמץ[1], אבער חז"ל האבן צוגעלייגט אז עס פעלן זיך אויך אויס בדיקת חמץ און ביעור חמץ.
מקרא |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות יב, טו |
---|---|
משנה | פסחים פרק א' |
משנה תורה |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נישטא קיין הלכות זמנים.משנה תורה לרמב"ם, הלכות זמנים, פרק חמץ ומצ"ה, הלכה ב' |
שולחן ערוך | אורח חיים, סימנים תל"א-תמ"א |
ספרי מניין המצוות |
ספר המצוות, עשה קנ"ו ספר החינוך, מצוה ט' |
איבערן כאראקטער און פארמאט פון מבטל זיין זענען פארהאן לענגערע שמועסן אין די ראשונים.
מקור
פארהאן א מחלוקת צווישן רש"י און די בעלי התוספות וואו ס'איז דער מקור אין פסוק אויף ביטול חמץ, אבער למעשה איז דאס מחלוקת נישט בלויז איבערן מקור, נאר דער עצם מהות פון ביטול חמץ איז געוואנדן אין דעם מחלוקת.
שיטת רש"י
פון רש"י'ס ווערטער[2] ווייזט אויס אז מיטן מבטל זיין דעם חמץ איז מען מקיים די מצוה פון "תשביתו" וואס שטייט אין פסוק:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוטון
פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ”... אַךְ בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן תַּשְׁבִּיתוּ שְּׂאֹר מִבָּתֵּיכֶם, כִּי כָּל אֹכֵל חָמֵץ וְנִכְרְתָה הַנֶּפֶשׁ הַהִוא מִיִּשְׂרָאֵל, מִיּוֹם הָרִאשֹׁן עַד יוֹם הַשְּׁבִעִי” (שמות יב טו) און דערויף מערקט רש"י אן: "דכתיב 'תשביתו' ולא כתיב 'תבערו', והשבתה דלב היא השבתה". דאס הייסט, ווען די תורה באפעלט "תשביתו" מיינט דאס נישט פאקטיש ליקווידירן דעם חמץ, נאר מבטל זיין אין הארץ.
דער רמב"ן אין זיינע חידושים אויף מסכת פסחים ערקלערט: "ביטול כשמו, שיבטלו בלבו מתורת חמץ ואינו רוצה בקיומו, וכך הוא משמעות ההשבתה בכל מקום, כעניין ולא תשבית מלח ברית אלקיך, לא תבטל, וכן נמי משמעות שביתה - ביטול, וכן אונקלוס מתרגם 'תבטלון חמירא'"[3].
אויך דער רמב"ם לערנט ווי רש"י: ”ומה היא השבתה זו האמורה בתורה, היא שיבטל החמץ בלבו ויחשוב אותו כעפר, וישים בלבו שאין ברשותו חמץ כלל ושכל חמץ שברשותו הרי הוא כעפר וכדבר שאין בו צורך כלל”[4].
שיטת בעלי התוספות
ווידעראום, דער ר"י אין תוספות האלט אז דער מקור פון ביטול חמץ איז פון דער דרשת חז"ל, געברענגט אין גמרא:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוטון
פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ”לֹא יֵרָאֶה לְךָ - שלך אי אתה רואה, אבל אתה רואה של אחרים ושל גבוה” (שמות יג ז)[5], פון דער דרשה ווייזט אויס אז מ'איז נאר עובר דעם איסור פון "בל יראה ובל ימצא" טאמער דאס חמץ געהערט פאר אים, אבער ווען ס'איז אן אנדערנ'ס חמץ, איז מען נישט עובר דעם איסור, אפילו עס געפינט זיך אין זיין רשות. דאס הייסט אז דער עיקר איסור איז די אייגנטימערשאפט אויפן חמץ. און דא, לויטן ר"י, קומט אריין דער ענין פון "ביטול חמץ", וועלכע באדייט אייגנטליך מפקיר זיין דאס חמץ: "דמאחר שביטלו הוי הפקר ויצא מרשותו"[6]. דער שאגת אריה ברענגט פילע ראיות צו די שיטה פון תוספות[7].
הלכות
כאטש די חכמים האבן שוין מחייב געווען צו נאכזוכן דעם חמץ און עס אויסרוימען, דארף מען עס נאך אויך מבטל זיין[8], טאמער וועט ער טרעפן א שיינע געבעקס אינמיטן פסח און ער וועט זיך פארזוימען פון עס אויסרוימען, וואס ער וועט דאן עובר זיין אויף בל יראה[9]. לויט איין שיטה, איז מען עובר בל יראה אויף חמץ וואס מען האט נישט מבטל געווען אויך אויף די צייט וואס מ'האט בכלל נישט געוואוסט פון דעם חמץ[10].
דער ביטול העלפט נאר איידער דער חמץ ווערט אסור, ערב פסח בייטאג ביי חצות, ווייל ווען עס איז שוין אסור הנאה צו האבן דערפון איז עס שוין נישט אין זיין רשות אז ער זאל עס קענען מבטל זיין[11]. מען פירט זיך צו מבטל זיין צוויי מאל: ביינאכט, באלד נאך די בדיקה, וואס דאן איז ער נאר מבטל דעם חמץ וואס ער האט נישט געטראפן (ווייל דעם חמץ וואס ער ווייסט דערפון האלט ער נאך אויף מארגן), און אויפצומארגנס, באלד נאכ'ן פארברענען, וואס דאן איז ער מבטל אויך דאס חמץ וואס ער האט יא געזען, טאמער איז געפאלן עפעס דערפון אין א ווינקל[12]. דעם צווייטן ביטול זאל ער מאכן נאר נאכן פארברענען, אז ער זאל מקיים זיין די מצוה פון ביעור חמץ מיט אייגענע חמץ[13].
מען דארף עס זאגן אויף א שפראך וואס מען פארשטייט, אבער די וואס זאגן אן פארשטאנד און מיינען אז עס איז א געבעט האבן נישט יוצא געווען[14]. דער נוסח פון ביטול, "כל חמירא", שטאמט פון די גאונים[15], און עס איז דעריבער אין אראמיש ווי מען האט דאן גערעדט אין בבל[16].
עס איז א מחלוקת הפוסקים אויב מען קען מבטל זיין דורך א שליח. בשעת הדחק קען מען מקיל זיין, אבער נאר ווען דער באטרעפנדער האט געשטעלט דעם שליח און נישט ווען ער טוט עס פון זיך אליין[17].
לויט איין דעה, קען מען נאר מבטל זיין חמץ פון וועלכע מען ווייסט נישט[18], אבער לויט רוב ראשונים העלפט דער ביטול אויך אויף חמץ וואס איז באקאנט[19].
זעט אויך
צו ליינען מער
- רבי שלמה יוסף זעווין, המועדים בהלכה, מכון התלמוד הישראלי, ירושלים, תש"ם.
דרויסנדע לינקס
- ביטול חמץ - אויף ויקיסוגיה
- זוך אויף ביטול חמץ אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ "מדאורייתא, בביטול בעלמא סגי" פסחים ד, ב
- ↑ רש"י, פסחים ד, ב, ד"ה בביטול בעלמא
- ↑ חידושי רמב"ן למסכת פסחים, ד' ב, אויף ספריא
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ב'–ב' - ↑ פסחים ה, ב
- ↑ תוספות, פסחים ד, ב, ד"ה מדאורייתא
- ↑ שאגת אריה, סימן ע"ז
- ↑ פסחים ו, ב
- ↑ רש"י, פסחים ו, ב
- ↑ מגן אברהם
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תל"ד סעיף קטן ה', לויט'ן טור. זעט תוספות, פסחים כא, א, ד"ה ואי; ישועות יעקב אורח חיים, סימן תל"ד; שולחן ערוך הרב אין קונטרס אחרון, אורח חיים, סימן תל"ג - ↑ פסחים ז, א
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תל"ד. זעט דארט טורי זהב, סעיף קטן ה'
- ↑ רמ"א, סוף סימן תל"ד
- ↑ רמ"א
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תל"ד, און מגן אברהם דארט, סעיף קטן ו' - ↑ זעט סידור רב סעדיה גאון, עמוד קל"ב; הלכות גדולות, הלכות פסח ד"ה ומאן דבדיק. עס איז באזירט אויף תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק ב', הלכה ב'
- ↑ דרכי משה סימן תל"ד
- ↑ משנה ברורה, סימן תל"ד, סעיף קטן ט"ו
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.כסף משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ב'–ב', לויט איין גירסא אין רמב"ם; כלבו, הלכות חמץ ומצה סימן מ"ח - ↑ ר"ן פסחים ב., ד"ה אלא. זעט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.כסף משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ב'–ב'; פרי חדש סימן תל"א
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער