רבי אהרן הגדול פון קארלין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ חתימה, מקום פטירה, צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט |
1736 ה'תצ"ו | ||
---|---|---|---|
פטירה |
1772 (אלט: 36 בערך) י"ט ניסן ה'תקל"ב | ||
|
רבי אהרן פערלאוו פון קארלין (ה'תצ"ו (1736) – י"ט ניסן ה'תקל"ב (22סטן אפריל 1772)) איז געווען פון די ערשטע חסידי'שע רבי'ס, א תלמיד פון מעזריטשער מגיד, איינער פון די גרעסטע פארשפרייטער פון תורת החסידות אין די ליטא געגנט, און דער גרינדער פון קארלין דינאסטיע. ער ווערט אנגערופן רבי אהרן הגדול.
ביאגראפיע
געבוירן געווארן אין יאנאָוואַ צו יעקב און פּערעל[1] אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט אַ סך ש"ס און פוסקים. אונטער דער השפּעה פון זיין מוטערס ברודער, רבי מנלי פון קארלין, איז ער געווארן נאנט צו "מעזריטש'ער מגיד", וועלכער האט איבערגענומען דער בעל שם טוב, און איז געוואָרן איינער פון זיינע חשוב'ע תלמידים. נאך ווען זיין רבי האט געלעבט האט ער שוין געגרינדעט דעם חסידישן צענטער אין דער שטאָט קאַרלין (איצט אַ פאָרשטאָט אין דער שטאָט פּינסק אין ווייסרוסלאַנד). אינאיינעם מיט רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק האָט ער פאַרשפּרייט די תורת החסידות איבער גאנץ ליטא. א באווייז איבער זיין גרויסע השפּעה איז דער פאַקט אַז די קעגנערס פון דער חסידישער באַוועגונג וואָס האָבן אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער צייט, פלעגן רופן אַלע חסידים “קארלינ'ערס”[מקור פארלאנגט].
איינע פון די אייגנשאפטן פון זיין שיטה איז געווען דער מנהג צו דאווענען מיט התרגשות און התלהבות ביז א געשריי. די פירערשאפט עקזיסטירט ביז היינט אינעם קארלין הויף. ר' אהרן, וועלכער האט געהאט א מוזיק'אלישן חוש, איז דער מחבר פון דעם באקאנטן זמר יה אכסוף. דער זמר איז איינער פון די איינציקע חסידישע זמירות וואָס זענען אַריין אין זמירות שבת און ווערט געזונגען ביזן היינטיקן טאָג אין אַ גרויסן טייל פון די חסידישע הויפן, אין עטלעכע ניגונים. לויט ווי סאיז מקובל ביי חסידים, איז דער זמר געשאַפן געוואָרן אויפן באַפעל פון זיין רבין, דער מגיד.
ר' אהרן האט זיך אסאך באהאנדלט מיט קירוב רחוקים. לויט דעם וואס ווערט דערציילט[2] האט ער צוריקגעקערט צום אידישן רעליגיע בערך אכציג טויזנט אידן.
ר' אהרן איז אוועק אין זיין יוגנט, ווען ער איז געווען בלויז 36 יאר אלט. אויף זיין מצבה אויפן בית החיים אין קארלין שטייט געשריבן:"זכה וזכה את הרבים כמה וכמה פעמים ומסר את נפשו במסירות נפש על זה, לפי שכלו לזכות את הרבים והיה מוכיח לרבים בתוכחת מגולה ואהבה מסותרת לקרב את ישראל לאביהם שבשמים וליחדם בייחוד גמור".
זיינע דברי תורה זענען געברענגט געווארן אין די כתבים פון זיינע תלמידים, און בפרט אין די ספרים פון זיין אייניקל רבי אהרן פון קארלין (דער צווייטער), מחבר פונעם ספר "בית אהרן". דעם ארט פון רבי אהרן הגדול האט איבערגענומען זיין תלמיד און חבר, רבי שלמה פון קארלין, וועלכער איז אויך געווען פאראנטווארטליך פאר דער דערציאונג און חינוך פון רבי אשר פון סטאלין (דער ערשטער), דער זון פון רבי אהרן, און דעם דריטן רבי אין דער דינאסטיע.
דער קארלינ'ער דינאסטיע איז פארצווייגט, צווישן די וואס קומען פון זיי זענען לודמיר, לעכאוויטש, קאָברין, סלאנים און קאָדינאָוו.
פאמיליע
רבי אהרן און זיין ווייב לאה האבן געהאט פיר קינדער:
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
ציטאַטן אויף וויקיציטאט: אהרן הגדול מקרלין |
- "אהרן בן יעקב מקרלין", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק א, עמוד 164, אויף היברובוקס
- ר' אהרן ב"ר יעקב מקארלין (ר' אהרן הגדול), בתוך: דב ליפץ (מרכז המערכת), נתן גורן [ואחרים] (מערכת), יהדות ליטא, כרך ג, ספר א: "אישים", תל אביב: עם הספר, תשכ"ז, עמ' 25 (ספר יזכור פאר קהילת ליטא, אין ספריית העיר ניו יארק, תמונה 1223).
- רבי אהרן הגדול פון קארלין, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- א. אברהם שוורץ, מייסד חסידות קארלין, בעלון "אור הגנוז", גיליון ו', שבט-ניסן תשמ"ח, עמ' 26–36
- רבי אהרן הגדול מקרלין, באתר טוג
- קה אכסוף, באתר הזמנה לפיוט
- מ.ש. גשורי, ניגונים וזמירות לשבת, אויף "דעת"
רעפערענצן
- ↑ פון זײַן מוטערס נאָמען, פּערעל, שטאמט די פאַמיליע נאמען פון דער קאַרלינער דינאַסטיע - "פּערלאָוו".
- ↑ ישראל סבא ז' י"ח
- ↑ א ברייטער באשרייבונג איבער אים.
- ↑ נאך די פטירה פון זיין ווייב דבורה לאה, טאכטער פון בעל התניא.
פריערדיגער: {{{פאריגער}}} |
אדמו"רי קרלין | קומענדיגער: {{{נעקסטער}}} |
קאטעגאריע:תלמידי המגיד ממזריטש קאטעגאריע:אדמו"רי קרלין קאטעגאריע:רבנים בלארוסים קאטעגאריע:רבנים ליטאים קאטעגאריע:קרלין: רבנים [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]