רוי:רבי אליהו שטערנבוך

ווערסיע פון 01:02, 28 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "סאכאטשאוו (חסידות)" ב־"סאכאטשוב (חסידות)")
רבי אליהו שטערנבוך
געבורט כ"ד חשון תרצ"ב
טויט כ"א תמוז תשע"ז (אלט: 85)

הרב אליהו שטערנבוך (כ"ד חשון תרצ"ב - כ"א תמוז תשע"ז) איז געווען דער ראב"ד פון קהילת "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. ער איז א ברודער פון רבי משה שטערנבוך, ראש בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים, הרב דוב שטערנבוך פון געיטסהעד, רביצין שולמית, ווייב פון רבי חיים יעקב אריאלי, רביצין יהודית, ווייב פון הרב משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק, און רביצין רחל, ווייב פון הרב הדיין חנוך ערנטרוי פון לאנדאן.

ביאגראפיע

הרב אליהו איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו אשר און דבורה שטערנבוך, טאכטער פון הרב שלמה זלמן פינעס, מחבר ספר "פנס שלמה" און אן אייניקל פונעם ווילנער גאון. ער איז געווען א תלמיד פון רבי משה שניידער אין זיין ישיבה תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט רבי טוביה ווייס, אב בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים. אויך האט ער געלערנט אין דער געיטסהעדער ישיבה און אין ישיבת חברון אין ירושלים. אין אלול תשט"ז האט ער געהייראט מרים (-כ"ה אייר תשע"ה), די איינציגע טאכטער פון רבי ברוך האגער, סערעטער רבי פון חיפה.

אין תשכ"ב האט מען אים באשטימט ראב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן. ער איז נפטר געווארן אין ירושלים שבת פ' פינחס, כ"א תמוז תשע"ז.

משפחה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!