פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

שלומיאל בן צורישדי
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, ו;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ב, יב;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, לו;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, יט

שְׁלוּמִיאֵל בֶּן צוּרִישַׁדָּי איז געווען דער נשיא פון שבט שמעון, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט שלומיאל בן צורישדי צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט שלומיאל געפירט זיין שבט דער צווייטער, נאך אליצור בן שדיאור, אונטער'ן "דגל מחנה ראובן"[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט גרין, און שכם געצייכנט דערויף[7].

זמרי בן סלוא

לויט ווי געברענגט אין גמרא אין נאמען פון רבי יוחנן, איז שלומיאל בן צורישדי דער זעלבער פערזאן וועלכער ווערט דערמאנט שפעטער אין די תורה אלס זמרי בן סלוא[8]. אין במדבר כה ווערט פארציילט אז זמרי בן סלוא האט געזינדיגט מיט כזבי בת צור, און פינחס האט אים אומגעברענגט. דער בעל הטורים ברענגט א רמז: ”שלומיאל. בגימטריא 'זה זמרי בן סלוא'”.

לויט אנדערע מקורות אין חז"ל, איז זמרי געווען אן אפשטאמיגער פון שלומיאל[9].

זיין פטירה

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[10]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

אבער לויט די אויבנדערמאנטע דעה אז ער איז געווען זמרי בן סלוא, איז שלומיאל נישט געווען פון די מקטירי הקטורת, נאר ער האט דערלעבט ביז די פערציגסטע יאר אין מדבר ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך פינחס.

קרבנות הנשיאים

שלומיאל בן צורישדי איז געווען דער פינפטער אין די רייע צו מקריב זיין ביי די קרבנות הנשיאים. ער האט מקריב געווען זיין קרבן אום ה' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). דער מדרש ערקלערט אז ער האט מקריב געווען נאך אליצור בן שדיאור פון שבט ראובן, ווייל ראובן האט זיך געאיילט צו ראטעווען זיין ברודער פון טויט און שמעון האט זיך איינגעשטעלט צו ראטעווען זיין שוועסטער אין שכם[11].

דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון שלומיאל האבן מרמז געווען קעגן דעם משכן[11].

זיין נאמען

אין מדרש שטייט אז זיין נאמען צייגט אויף דעם וואס זמרי האט געשטאמט פון אים: ”שאף על פי שיצא ממנו זמרי, שעל ידו מתו עשרים וארבעה אלף במגפה, עשה לו א-ל שלום”[12].

אין אור החיים ווערט ערקלערט אז "שלומיאל" איז מרמז אויף שמעון, וואס השי"ת האט אים באצאלט אויף מכירת יוסף ביי די מעשה פון זמרי, און "צורישדי" אויף דעם וואס השי"ת האט פארט געזאגט "דַי" (גענוג) פאר זיין פארטיליגונג און אפגעשטעלט די מגיפה[13].

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. במדבר א, טז

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז
  4. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  5. תפארת יהונתן אויף במדבר א, טז
  6. במדבר י, יט
  7. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".סנהדרין פב, א. אזוי שטייט אויך אין מדרש תנחומא, פרשת פנחס

  9. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מדרש אגדה, במדבר א, ו. דער גר"א, אין אדרת אליהו אויף דברים כט, יז, ערקלערט אזוי אויך די רייד פון רבי יוחנן אויבן: ”וח"ו שזמרי יהיה נשמה אחד עם שלמיאל הצדיק בחיר ישראל, והוא על דרך גנאי לו ולמשפחתו ולשבטו”
  10. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא בובר קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  11. 11.0 11.1 במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"ט
  12. מדרש אגדה (בובר), במדבר, א', ו'
  13. אור החיים, במדבר ז, לו