רוי:וויקימעדיע פונדאציע

ווערסיע פון 22:30, 20 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ארגענעזאציע" ב־"ארגאניזאציע")
וויקימעדיע לאגא

וויקימעדיע פונדאציע (וויקי-מעדיע) איז דער שירעם פונדאציע וואס פירט אן מיט אלע שפראכן וויקיפעדיעס, איבער 260 אין צאל, וואס זענען אלע איין גרויסער פיל-שפרעכיגער פרייער אנציקלאפעדיע פראיעקט אונטער די בעלות פון די נישט-פאר-פראפיט ארגאניזאציע, הויפטקווארטירט אין פלארידע, געגרינדעט דורך זשימי וועילס.

די וויקימעדיע פונדאציע איז אזא סארט וואולטעטיגע ארגאניזאציע וואס האט אויף זיך געלייגט דעם ציל צו ברענגען דעת און וויסענשאפט צו יעדן מענטש אויף די וועלט פריי אן אפצאל, און דאס קונה זיין אויף אזוי שטארק אז ער זאל דאס ווייטער פארברייטערן ביז ארויס פון די גרענציען פון איר אמת, דורך דעם וואס זיי שענקן צו יעדן די בעלות צו זאגן וואס איז אמת.

דאס ווערט דורכגעפירט דורך אויסנוצן די מאדערנע וויקי סאפטווער פלאטפארמע; וואס לאזט יעדן איינעם ענדערן אייניג און מיט קאנסענסוס צוזאמען אויפאמאל יעדעס ענין. אזוי ארום האט די פונדאציע אוועקגעשטעלט אן ענציקלאפעדיע אין כמעט יעדער שפראך אויף דער וועלט, אין פארעם פון וויקיפעדיעס. אבער נישט בלויז ענציקלאפעדיעס נאר אויך פרייע ווערטערביכער, אין יעדער שפראך, אין פארעם פון וויקיווערטערבוך. און אזוי ווייטער בילדער און ביכער זאמעלונגען און נאך פילע פראיעקטן וואס באפרייט די מענטשליכער וויסענשאפט פארן יעדן מענטש אייניג.

די פונדאציע גיט זיך בעיקר אפ אין די טעכנישע אינציאטיוו און גרינדונג פון די פראיעקטן, אבער נישט אין איר ווערטשאפט, ווי צום ביישפיל טוט זי בלויז אויפהאלטן אירע סערווערס, דורך פאנדרעיזינג, וואס קאסט אפ שווערע מיליאנען א יאר. אבער זיי קענען אבסאלוט גארנישט אריין רעדן בנוגע די אינהאלט פון די דאזיגע פראיעקטן, נאר לאזן די וואלענטורן שאפן קאנסענסוס איבער יעדעס ענין וויאזוי און וואס פונקטליך עס זאל דאקומענטירט ווערן און וויאזוי עס זאל ווערן אויסגעשטעלט די סאפטטוועיר און די דעזיין דערפאר.

עס איז אזוי אויסגעשטעלט אז אלעס וואס מען שרייבט ווערט אטאמאטיש באפרייט פאר יעדן צו קאפירן און זיך באנוצן אן רשות פארן אייגענעם געברויך פון דער גאנצער וועלט, דעריבער קען מען נישט דארטן קאפירן גארנישט וואס האט עפעס קאפירעכטן.

וויקי פראגראם

זיי געבן פאר אומזינסט דעם פראגרעם וואס ווערט גענוצט אין וויקיפעדיע, אזוי ארום קען זיך יעדער עפענען א וועבסייט מיט אן אייגענער וויקיפעידיע, און עס עקזיסטירן אויפן אינטערנעט אסאך אזאלכע וועבסייטס. איינער פון זיי, און באקאנט פאר אידיש רעדדערס, איז די וויקיפעדיע אפטיילונג פונעם אידישע וועלט וועבסייט.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!