פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ צאצאים, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

נחשון בן עמינדב

נַחְשׁוֹן בֶּן עַמִּינָדָב איז געווען דער נשיא פון שבט יהודה, דער ברודער פון אלישבע בת עמינדב (וואס איז געווען חתונה געהאט צו אהרן הכהן), און דער זיידע פון ​​בועז דער מאַן פון רות, וואס פון זיי איז אַרויסגעקומען דוד המלך.

ביי יציאת מצרים איז ער געווען דער ערשטער אריינצושפּרינגען אין ים סוף איידער דער ים האט זיך צעשפּאָלטן אויף צוויי, און האט דערמיט באוויזן זיין אמונה אין גאט, און געווארן א סימבאל פון אריגינאליטעט און פּיאנערשאפט.

אין די תורה

נחשון ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין דער תורה ווען אהרן הכהן האט געהייראט אלישבע: "וַיִּקַּח אַהֲרֹן אֶת אֱלִישֶׁבַע בַּת עַמִּינָדָב אֲחוֹת נַחְשׁוֹן לוֹ לְאִשָּׁה" (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות ו, כג)[1].

ביי די תקופה אין מדבר האָט נחשון געדינט אַלס נשיא פון שבט יהודה, און איז געווען דער ערשטער פון די נשיאים וואָס האָט מקריב געווען די קרבנות הנשיאים, אין טאג פון חנוכת המשכן, א' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט).

אין מדרש

די מעשה פון נחשון ביי קריעת ים סוף ווערט געברענגט אין גמרא מסכת סוטה:

היה רבי מאיר אומר, כשעמדו ישראל על הים, היו שבטים מנצחים זה עם זה. זה אומר: אני יורד תחילה לים וזה אומר: אני יורד תחילה לים. מתוך שהיו עומדים וצווחים - קפץ שבטו של בנימין וירד לים תחילה. אמר לו רבי יהודה: לא כך היה מעשה, אלא זה אומר אין אני יורד תחילה לים וזה אומר אין אני יורד תחילה לים. מתוך שהיו עומדין ונוטלין עצה אלו באלו קפץ נחשון בן עמינדב וירד לים תחילה"

סוטה לו, ב
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".סוטה לז, א[2]

אין מעשה נסים אויף הגדה של פסח, שרייבט רבי יעקב פון ליסא, אז נחשון בן עמינדב האט זוכה געווען אריינצושפרינגען ערשט אין וואסער און אז דער ים זאל זיך שפאלטן, א דאנק די גבורת הנפש פון זיין באבע תמר.[3]

קינדער

זיינע זין זענען געווען שלמון, אלימלך, פלוני אלמוני, און דער טאטע פון נעמי[4]. פון שלמון'ס קינדער איז ארויס דוד המלך און נאך אים די גאנצע מלוכה דינאסטיע.

אין סוף מגילת רות[5] איז באשריבן דער סדר היחס פון נחשון ביז דוד המלך, ווי פאלגנד:

וְאֵלֶּה תּוֹלְדוֹת פָּרֶץ, פֶּרֶץ הוֹלִיד אֶת חֶצְרוֹן. וְחֶצְרוֹן הוֹלִיד אֶת רָם, וְרָם הוֹלִיד אֶת עַמִּינָדָב. וְעַמִּינָדָב הוֹלִיד אֶת נַחְשׁוֹן, וְנַחְשׁוֹן הוֹלִיד אֶת שַׂלְמָה. וְשַׂלְמוֹן הוֹלִיד אֶת בֹּעַז, וּבֹעַז הוֹלִיד אֶת עוֹבֵד. וְעֹבֵד הוֹלִיד אֶת יִשָׁי, וְיִשַׁי הוֹלִיד אֶת דָּוִד.

זיין כאראקטער

אין די אידישע השקפה סימבאליזירט נחשון די נאטירליכע השתדלות וואס דער מענטש מוז מאכן אלס א וועג צו באקומען הילף פון גאט, אנשטאט צו זיצן מיט פארלייגטע הענט און ווארטן אויף א נס, אזויווי נחשון בן עמינדב איז אריינגעשפרינגען אין ים סוף אפילו בעפאר עס האט זיך צעשפאלטן, און ערשט נאכדעם וואס ער האט דערגרייכט א טיפעניש וואו דאס וואסער האט אים דערגרייכט ביזן האלז, האט זיך דער ים געשפאלטן.

מיט די דורות איז נחשון געוואָרן אַ סימבאָל וואָס רעפּרעזענטירט אָריגינעלקייט און מוט.

זיין שכר

ווי דערמאנט איז ער אריינגעשפרינגען דער ערשטער אין ים סוף, וואס מיט דעם האט ער זיך פארדינט ווי פאלגנד:

  • זיין נאמען נחשון איז אויף דעם וואס ער איז דער ערשטער אריינגעשפרינגען אין די 'נחשולי הים'[6].
  • די מלוכה איז געקומען צו שבט יהודה[7].
  • ס'זענען ארויס פון אים: דוד המלך, מלך המשיח, דניאל, חנניה מישאל ועזריה[8].
  • טראץ וואס יהודה איז נישט געווען דער בכור פון די שבטים, האט נחשון בן עמינדב - דער נשיא פון שבט יהודה - מקריב געווען דער ערשטער ביי די קרבנות הנשיאים, און ס'איז דא וואס זאגן אז דאס איז אויך אלס שכר אויף דעם מסירות נפש.
  • משה רבנו האט אים ערוועלט צו זיין איינער פון די שבעים זקנים[9].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. די סיבה צוליב וואס אלישבע ווערט אויך דערמאנט אלס שוועסטער פון נחשון און נישט נאר מיטן נאמען פון איר פאטער עמינדב, איז צו אונז לערנען אז איינער וואס הייראט א פרוי, זאל קודם איבערקוקן ווער זענען אירע ברודער, רש"י אויפן ארט.
  2. ס'ווערט אויך געברענגט אין מדרש מכילתא בשלח פרשה ב.
  3. דף על הדף בבא מציעא, נט, א
  4. בבא בתרא צא, א
  5. רות ד, יח–כב
  6. מכילתא בשלח ה; פרקי דרבי אליעזר מב; במדבר רבה יג.
  7. מסכת סוטה לז, א; מכילתא בשלח פרשה ה.
  8. במדבר רבה, פרשה י"א
  9. ילקוט שמעוני במדבר, תשלו.


טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער