פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

ליידיגע פאראמעטער [ חיבוריו, מקום לידה, צאצאים, מקום פטירה, מספר צאצאים, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ שם השושלת ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי יצחק פון דראהאביטש
געבורט ~1694
~ה'תנ"ה
פטירה 13טן אפריל 1750 לויט טייל מקורות 1752
ז' ניסן ה'תק"י לויט טייל מקורות ה'תקי"ב
מדינה אוקראינע
וואוין אָרט דראהאביטש
טעטיגקייט אָרט דראהאביטש
השתייכות חסידות
בני דורו רבי דוב בער פון מעזריטש רבי יעקב יוסף פון פולנאה
מגיד

רבי יצחק פון דראהאביטש (נפטר ז' ניסן ה'תק"י) איז געווען א מגיד מישרים, א 'תלמיד חבר' פון דער בעל שם טוב, דער פאטער פון זלאטשוב'ער מגיד, און א שוואגער פון רבי נחמן האראדענקער.

ביאגראפיע

געבוירן ארום ה'תנ"ה[1] צו רבי יוסף ספראווידליווער פון פיסטין, וואס איז גערופן געווארן מיטן טיטל "רבי יוסף איש אמת"[2], און צו יענטא וואס איז גערופן געווארן מיטן טיטל "יענטא הנביאה". ער האט געהייראט מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פופרש פון די תלמידים פון אר"י הקדוש.

אין יוגנט האט ער געדינט אלס מגיד מישרים אין אוסטראה, און איז געווען פאררעכנט פון די "צען בטלנים" אינעם בית המדרש פונעם גביר רבי יוזפא פון אוסטראה. ער איז דאן נאך געווען א מתנגד צו חסידות, אבער שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון דער בעל שם טוב.

רבי יצחק איז געווען פון די גרויסע מקובלים אין זיין צייט. לויט טייל מקורות האט ער געוואוינט א שטיק צייט אין בראד, וואו ער האט זיך באהאפטן מיט די בארימטע גרופע פון בראדער קלויז.

אין זיינע שפעטערע יארן האט ער געדינט אלס דיין און מגיד מישרים אין אָרכעוו, וואו רבי יצחק האמבורגער האט דאן געדינט אלס רב. טראץ וואס זיי זענען געגאנגען אויף אנדערע וועגן (רבי איציקל האמבורגער איז געווען א מתנגד, און רבי איציקל דראהאביטשער האט געהערט צו די חסידים), האט געהערשט צווישן זיי א ליבשאפט.

רבי יצחק איז נפטר געווארן אין ארכעוו, אין ז' ניסן ה'תק"י[3], און איז דארט באערדיגט.

דערנענטערונג צו חסידות

ס'ווערט דערציילט אז ער פלעגט יעדע נאכט ביי קריאת שמע שעל המיטה זאגן דעם פסוק "בידך אפקיד רוחי" (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".תהלים לא, ו) און איז גלייך אנטשלאפן געווארן, און אויב האט זיך געמאכט און ער איז נישט גלייך איינגעשלאפן האט ער געוואוסט אז דאס איז צוליב וואס ער האט עפעס געזינדיגט אין דעם טאג, און ער דארף תשובה טון דערויף. אמאל האט זיך אזוי געמאכט, און ער האט דורכגעטראכט זיינע מעשים און נישט געפונען גארנישט, ביז ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געהערט ליצנות רייד איבער דעם בעל שם טוב, און ער האט נישט מוחה געווען דערויף, האט ער זיך גלייך אויפגעהויבן און געפארן קיין מעזשביזש אים מפייס צו זיין. צומארגנס האט ער געדאוונט אין בית המדרש אינאיינעם מיטן בעש"ט, און ביי קריאת התורה האט דער בעש"ט אים ארויפגערופן צום ספר תורה (טראץ וואס ער האט אים נישט געקענט בעפאר) מיטן טיטל "מורה מורינו רבי יצחק ב"ר יוסף", און האט אים דערנאך געזאגט: "מורי ורבי האט זיך געווערטלט אויפן בעש"ט, און איז געפארן אזא וועג, דער בעש"ט איז אים מוחל בלב שלם". נאך די מעשה איז ער שוין געבליבן א תלמיד פון בעש"ט[4].

אויך איז אנגענומען ביי חסידים, אז קומענדיג צום ערשטן מאל האט דער בעש"ט געהייסן אים זייער מכבד זיין, זאגנדיג אז רבי יצחק האט באקומען פון הימל א נידריגע נשמה, און האט דאס דערהויבן ביז צום מעלה פון רבי שמעון בר יוחאי[5].

זיין זון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב האט געזאגט, אז יעדן טאג איז מען מכבד אדער אים אדער זיין טאטן צו זאגן א דרשה אין א געוויסן היכל אין גן עדן; איין טאג זיין טאטן צוליב וואס ער איז דער טאטע פון רבי יחיאל מיכל, און איין טאג אים צוליב וואס ער איז דער זון פון רבי איציקל[6].

פאמיליע

רבי איציקל האט איבערגעלאזט א זון רבי מיכל פון זלאטשוב, און צוויי איידימער צדיקים רבי נחמן ליטוואק און רבי אליעזר כתבן.

צו ליינען מער

  • מכון ברכת יוסף, זיכרון לראשונים, (כתבי רבי משה חיים קליינמן), אשדוד תשס"ט, זייטן יז - לח.

דרויסנדע לינקס


רעפערענצן

  1. געבורטס יאר איז נישט באקאנט, אבער ווערט געשאצט צו ארום ה'תנ"ה
  2. זיין טאטנ'ס טאטע רבי משה, רב אין סווירז, איז גע'הרג'עט געווארן מיט א מיתה משונה מתוך דבקות, נאך וואס מ'האט אריינגעשטעקט א האלץ אין זיין קערפער וואס איז געבליבן אין אים פאר אכט טעג.
  3. לויט טייל מקורות ה'תקי"ב
  4. נתיב מצוותיך, נתיב היחוד שביל ד' אות ד'
  5. אגרא דפרקא אות כט
  6. התגלות הצדיקים דף כג